top of page
האד' מבאבוב 45 באזוכט בקרב המוסדות אין יוניאן ניו דזשערזי | בילדער
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש ואייזיק י ווי באריכטעט איז כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א אנגעקומען צוגאסט קיין יוניאן ניו דזשערזי, וואו דער רבי האט צוערשט באשיינט בראש ביי די חומש סעודות פון די כתה א' אין תלמוד תורה באבוב 45 אין יוניאן. צום ערשט האט דער מנהל, הרב יחיאל גלאנץ, מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשם רבנן ותלמידיהון, און דערנאך האבן די קינדער געזאגט די סדר פון די חומש סעודה. דער רבי שליט"א האט דאן געוואונטשן לחיים און


האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב''ג פראוועט געהויבענעם שבת מיט תלמידי ישיבת זידיטשוב פרעמיסלא אין מאנסי
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. מיט א רגש דקדושה האבן די בחורי חמד, תלמידי ישיבת זידיטשוב פרעמיסלא אין מאנסי, מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת במחיצתו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א, וואס האט געפראוועט דעם שבת בין כותלי הישיבה אויף די איינלאדענונג פון די הנהלת הישיבה בשליחות הקודש פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, וועלכער האט זיך געפינען אין אייראפע, אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים לרגל די יארציי


מאסן חסידים מיטגעהאלטן שמחת נישואין בחצרות הארנסטייפל - לעלוב ניקלשבורג - זוועהיל - אלכסנדר
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידים ואנשי מעשה אין דער שטאט ביתר זענען נאך אונטערן רושם נאכן מיטהאלטן די שיינע רבישע חתונה אין די הויפן פון הארנסטייפל - לעלוב ניקלשבורג - זוועהיל - אלכסנדר, ווען עס איז בשטומ"צ געגאנגען אונטער די חופה החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א, א זון ביי זיין איידעם הרה"צ רבי חנניה יוסף דאנציגער שליט"א, זון פון הרה"צ רבי יחיאל דאנציגער שליט"א מאלכסנדר, עב"ג די כלה, א טאכטער פון הרה"צ רבי ש


ירושלים: הילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מזלאטיפאלי זי"ע ביי נכדו האד' מראחמיסטריווקא
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN דעם זונטאג י"ג תמוז ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מזלאטיפאלי זי"ע, האט נכדו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם היכלך השולחנות אין ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אין ירושלים, וואו עס האט זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א וואס איז צוגאסט אין די טעג אין ארה"ק.


הונדערטער ביי הארצרייסנדע לוויה פון האברך ר' עקיבא ראנד ז"ל פארנט פון ביהמ"ד טשערנאביל אין ירושלים
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN פילע אידן, גוטע פריינד, בני המשפחה און חסידי טשערנאביל האבן מיט שווערע געמיטער און צעבראכענע הערצער באגלייט למנוחות האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, מפארי האברכים אין די טשערנובילער קהילה אין ירושלים, וועלכער איז דעם פארגאנגענעם מיטוואך טראגיש אומגעקומען אין א שווערע קאר עקסידענט אין מאלדאווע, אין בלויזן עלטער פון 29 יאר איבערלאזנדיג א צובראכנע אלמנה און קליינע יתומימל'ך. נאך גאר גרויס דרוק או


נקדמה פניו בתודה: תושבי געיטהעד פייערליך מקבל פנים געווען נייער מרא דאתרא הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שטורמישע רגשי שמחה און עקסטאז, האט דער עיר התורה געיטסהעד אויפגענומען דעם ניי-ערוועלטן מרא דאתרא, הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט זיך אפיציעל קובע משכנו זיין און איבערנעמען דעם שרביט הרבנות, נאך א צייט-אפשניט פון פינף יאר וואס די שטאט האט נישט פארמאגט קיין רב. שוין לאנגע וואכן וואס מען גרייט זיך אין שטאט אויף דעם גרויסן טאג, ווען דער רב שליט"א, וועלכער האט פריער משמש געווען ברבנות אין "קהל עד


מעמד קביעת מזוזה ופתיחת שערים פון נייע ביהמ"ד "אמרי סופר" ערלוי אין רמה ד' בית שמש
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. איזנבאך חסידי ערלוי האבן פאריגע וואך געפייערט די מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פארן נייעם בית המדרש המפואר "אמרי סופר" ערלוי אין די רמה ד' געגענט, וועלכע איז באנייט געווארן אלס א הערליכע צענטער לתורה ותפילה, בדרך המסורה לצדיקי הסופרים. די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וואס האט זיך ספעציעל מטריח געווען און אנגעקומען בשערי העיר צו באשיינען די מאורע. ביים אנקומען צום נייעם בית המדרש


מַחְלְפוֹת רֹאשׁוֹ: שמחת החאלאקע פון אן אור אייניקל ביי האד' מבעלזא
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש פארגאנגענעם דאנערשטאג איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א אין ירושלים די שמחת החאלאקע פון אן אור אייניקל ביים רב שליט"א, א זוהן פון נכדו הרב אברהם סאפרין שליט"א, בן כ"ק האדמו"ר מקאמארנא גבעת שאול. דער רב שליט"א האט אפגעשוירן דאס קינד און אנגעטוהן די ציצית און קאפל און דאן מכבד געוועהן די זיידע'ס בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, האדמו"ר מקאמארנא גבעת שאול און די אייניקלעך, דערנאך ה


שמחת הבר מצוה לבן האד' מטשאקאווא בית שמש; אור אייניקל פון האד' מנאראל
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך שמחת הבר מצווה פון א זון פון הגה"צ רבי יוסף מאיר כהנא האדמו"ר מטשאקאווא בית שמש איידעם פון הגה"צ רבי זלמן שפירא ראש הכוללים דנאראל זון פון כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד טשאקאווא אין די רמת אברהם געגנט אין בית שמש אין שפיץ פונעם ראש בית אב די עלטער זיידע האדמו"ר מנאראל וואס איז ספעציעל געקומען צופארן קיין בית שמש צו באשיינען די שמחה.


האד' מטאהש געפראוועט געהויבענעם שבת "בני חביבי" אויף די בערג מיט בחורי חמד תלמידי ישיבת טאהש
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די בחורי חמד תלמידי ישיבת "אור החיים" אין קרית טאהש, זענען די טעג אונטערן רושם פונעם געהויבענעם שבת וואס זיי האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א ראש הישיבה, וואס דער גאנצער שבת איז געווען מוקדש בלויז פאר די בחורי חמד תלמידי הישיבה. ערש"ק אין די מיטאג-שטונדן האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אריין צום ספעציעלן קאמפלעקס אין די קאנטרי בערג אין קאנאדע וואס איז אפגעדינגען געווארן, וואו דער ג


עולו ואתכנשו: יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע בחצה"ק צאנז קלויזענבורג
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי אלפי חסידי צאנז קלויזנבורג האבן מיט רגשי געגועים וכיסופין אפגעראכטן דעם צוויי און דרייסיגסטער יומא דהילולא פונעם רעיא מהימנא הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע וואס איז אויסגעפאלן ביום ט' תמוז. מיטוואך נאכמיטאג בעצם יומא דהילולא קדישא איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין די נייע מתיבתא צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק וואו עס האבן מיטגעדאווענט הונדערטער חסידים א


שמחת התנאים פון אייניקל ביי האד' מבאבוב 45 פארגעקומען אין יוניאן ניו דזשערזי
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש ואייזיק י דעם זונטאג אין די מיטאג שעות איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין יוניאן, ניו דזשערסי, וואו דער רבי האט צוערשט באשיינט בראש ביי די חומש סעודות פון די כתה א' אין תלמוד תורה באבוב 45 אין יוניאן. פארנאכטס איז פארגעקומען דארט אין יוניאן די שמחת התנאים פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די כלה א טאכטער פון חתנו הה"צ ר' חיים ברוך האלבערשטאם שליט"א מרא דאתרא דק"ק באבוב 45 אין יונ


הילולא דצדיקיא: יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל בעל "נחל יצחק" בצל נכדו מ"מ האד' מזוטשקא
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט נאכט י"ד תמוז פאלט אויס די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל בעל "נחל יצחק", נכדו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א האט אפגעראכטן דעם יארצייט טיש, בבית מדרשו אין שטאט בני ברק. ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן מערערע רבנים ואנשים חשובים וועם דער רבי שליט"א האט מכבד געווען צו דערציילן עובדות וסיפורים פונעם גרויסן זיידן דער בעל ההילולא.


ניחום אבלים על פטירת הרה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל בן האד' מוואסלוי וחתן האד' מבוהוש | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


באהלי צדיקים: שטאט אנטווערפען לעבט מיט געהויבענע שמחת נישואין פון נכד כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד בערנאל, רפי לעהרער בשמחה וצהלה האבן פילע הונדערטער תושבי אנטווערפען און חסידי פשעווארסק מיטגעלעבט פאריגע וואך די שמחה הרוממה במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די חתונה פונעם חתן א זון פון דעם רבינס איידעם הרה"ג ר' יצחק אייזיק לאנדא שליט"א, זון פון הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שלמה אהרן פאללאק שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וואדקערט זצ"ל. דורכ'ן


זעלטענע מעמד "ראשית הגז" במעונו פונעם פוסק הדור; האד' מפינסק קארלין כהן הפודה
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי אן אייגנארטיגער און העכסט התרגשות'דיגער מעמד "ראשית הגז" איז פארגעקומען במעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט איבערגעגעבן די מתנות כהונה פאר'ן כהן הפודה, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א. דאס קומט נאכדעם וואס דער פוסק הדור האט אויסגעדרוקט רצון קדשו מקיים צו זיין די מצות ציצית מיט ספעציעלע חומרות והידורים. צווישן זיי, אז די וואל זאל אפגעשניטן ווע


אלפי חסידי צאנז אפגעראכטן הילולא קדישא פון הרה"ק בעל שפע חיים זי"ע אינאיינעם מיט שבע ברכות אין רבינס הויף
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין מיט גרויס דערהויבענקייט און בענקענדיגע געפילן האבן תלמידי וחסידי צאנז אפגעצייכנט דעם צוויי און דרייסיגסטע יומא דהילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, וואס איז געפראוועט געווארן ביים יומא אריכתא ט' תמוז בצל הקודש פון בנו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. דער היי יעריגע שולחן הטהור און סעודת הילולא איז געפראוועט געווארן בשילוב מיט די לעצטע שבע ברכות לרגל די


באזוך פון הגה"צ דומ"ץ טאהש ב"פ שליט"א אין לשכת הרבנים דק"ק מחזיקי הדת צוזאמען מיט רבנים ודיינים מומחים פון שטאט
זונטאג פ' פינכס • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגער טעג ווען הגה"צ רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק איז צוגאסט אין שטאט אנטווערפען לרגל די חתונה פון א אייניקל און אן אייניקל פון מחותנו כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א איז פאררופן געווארן גרויסער אסיפת הרבנים אינעם הויפטקווארטיר פון די צענטראלע קהלה אין די שטאט ק"ק מחזיקי הדת, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען די רבנים הגאונים דיינים מומחים שליט"א פון אלע קהלות קדושות אין די שטאט, ובראשם דער מרא דאתרא הגא


שמחת החתונה בחצרות נדבורנא ירושלים - סקולען - סאווראן - ראדומישלא
זונטאג פ' פינכס • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך בקול צהלה ורינה האבן זיך חסידי נדבורנא ירושלים מיטגעפריידט די וואך ביים געהויבענעם שמחה בבית רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א ביים שמחת החתונה פון נכדו החתן, א זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' יוחנן ראזנבוים שליט''א דער רב הקהילה אין בני ברק, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סקולען בני ברק שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסאווראן ביתר שליט"א איידעם פון הגה"צ ר' יעקב שמחה האלפערין שליט"א גאב"ד ר


הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בד"ץ העדה החרדית צוגאסט אין קרית יואל
זונטאג פ' פינכס • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אויף פארלאפענעם שב"ק פ' קרח האבן תושבי קרית יואל מקבל פנים געווען פני הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה"ק, וועלכער געפונט זיך די טעג אין ניו יארק, און האט אויף שבת קודש געוויילט אין קרית יואל לשמחת לב תלמידיו ומעריציו. אנקומענדיג קיין קרית יואל איז דער חבר הבד"ץ שליט"א צוגעפארן אויף א באזוך בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט אויפגענומען דעם געהויבענעם גאסט ביותרת הכבוד, און ע


bottom of page
