באזוך פון הגה"צ דומ"ץ טאהש ב"פ שליט"א אין לשכת הרבנים דק"ק מחזיקי הדת צוזאמען מיט רבנים ודיינים מומחים פון שטאט
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' פינכס • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגער טעג ווען הגה"צ רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק איז צוגאסט אין שטאט אנטווערפען לרגל די חתונה פון א אייניקל און אן אייניקל פון מחותנו כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א איז פאררופן געווארן גרויסער אסיפת הרבנים אינעם הויפטקווארטיר פון די צענטראלע קהלה אין די שטאט ק"ק מחזיקי הדת, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען די רבנים הגאונים דיינים מומחים שליט"א פון אלע קהלות קדושות אין די שטאט, ובראשם דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א.
דער אסיפה איז פאררופן געווארן ספעציעל לכבודו פונעם טאהשער דיין שליט"א, ווען די דיינים שליט"א האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט בזמן שהותו פונעם דיין שליט"א, אנצופרעגן פארשידענע אקטועלע שאלות חמורות בעניני רפואה והמסתעף וואס קומען כסדר אונטער.
די דיינים שליט"א האבן אנגעפרעגט ביים דיין שליט"א פארשידענע קאמפליצירטע שאלות, אויף וואס דער דיין שליט"א האט משיב געווען מיט א געוואלדיגן בהירות זייענדיג באקאנט בדורנו אלס דער פוסק אחרון ווען עס האנדלט זיך אין רפואה אנגעלעגנהייטן, און עס האט זיך געשאפן א שטארקער ריתחא דאורייתא וואס איז געווען א מחזה הוד מיטצוהאלטן.



