top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באהלי צדיקים: שטאט אנטווערפען לעבט מיט געהויבענע שמחת נישואין פון נכד כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד בערנאל, רפי לעהרער

בשמחה וצהלה האבן פילע הונדערטער תושבי אנטווערפען און חסידי פשעווארסק מיטגעלעבט פאריגע וואך די שמחה הרוממה במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די חתונה פונעם חתן א זון פון דעם רבינס איידעם הרה"ג ר' יצחק אייזיק לאנדא שליט"א, זון פון הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שלמה אהרן פאללאק שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וואדקערט זצ"ל.


דורכ'ן טאג האט זיך אנגעזעהן מאסיווע הכנות סיי אין ביהמ"ד פשעווארסק און אויף די גאס פארנט פון בית המדרש וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א הויכע פלאטפארמע פאר די מעמד החופה, און אזוי אויך אין די גרויסע בית רחל זאל וואס איז צוגעגרייט געווארן מיט א הערליכע בימת הכבוד און הויכשטאקיגע פארענטשעס פאר די סעודת החתונה, צו קענען אקאמאדירן סיי די חסידים תושבי העיר, די בחורי הישיבות הקדושות פון שטאט, און די פילע געסט פון לאנדאן און אנדערע מקומות.


די שמחה האט געטראגן א ספעציעל פרייליכן באדייט, זייענדיג די ערשטע שמחה בחצר הקודש פשעווארסק געפראוועט צו ווערן טיילווייז אינעם באנייטן ביהמ"ד הגדול זינט מ'האט עס איבערגעבויט. 


ביים קבלת פנים האט דער רבי איבערגעגעבן די כתובה פארן מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א איבערצוקוקן און מסדר זיין מיט די עדי כתובה הנגידים ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג און ר' יחזקאל בערגער ראש הקהל פשעווארסק לאנדאן. דערנאך האט מען געהערט דברי חרוזין בגודל השעה, און דער רבי געגאנגען צום באדעקן אינעם היכל הכולל נעבן ביהמ"ד. 


די מעמד החופה איז פארגעקומען אויף די מערקאטאר גאס פארנט פון בית המדרש, וואס איז געווען שווארץ מיט הונדערטער חסידים זקנים עם נערים.


נאכן זינגען די ניגוני התעוררות האט דער גבאי הרב אלעזר אללעך אויסגערופן אז הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א מרא דאתרא הדין איז מכבד דעם רבי'ן שליט"א מיט סידור קידושין, די עדי קידושין זענען געווען הגאון רבי ליפא טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען און הגאון רבי שמואל לוריא דומ''ץ וויזניץ אנטווערפען. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א, מיט די ברכות ראשונות זענען מכובד געווארן די מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, די פעטערס כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א, הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א, הגה"צ הגה''צ רבי משה שמואל ראטטענבערג שליט"א מקאסאני, מיט ברכת אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע פון חתן הגה"צ דומ"ץ טאהש בארא פארק שליט"א.


נאך די חופה האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן ווארעמע ברכת הקודש פאר'ן גאנצן ציבור, און כדרכו בקודש באדאנקט אלע משתתפים ביי די שמחה.


נאכ'ן מעמד החופה איז אפגעראכטן געווארן דער סעודת החתונה אין די זאלן פון בית רחל, וואו מ'האט זיך מיטגעפריידט בשמחת בית צדיקים, ובפרט ביי די געהויבענע ריקודין של שמחה וואס האט זיך פארצויגן אויף א לענגערע וויילע. בשעת די ריקודין איז הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א מכובד געווארן צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענע ריקוד מיט די זיידעס און מחותנים.


אינצווישן האט דער רבי שליט"א געזעגענט מיט קוויטלעך די אנשים חשובים וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה מעבר לים, און כחצות הלילה נאך תפילת ערבית איז די רבי שליט"א ערשינען צום חתונה לקול תרועת השמחה. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה, ווען אויפן בימת הכבוד באשיינען פילע אדמורי"ם ורבני העיר, וואס זענען געקומען אפגעבן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים.


נאכן בענטשן האט דער בדחן הרה"ח ר' ברוך מרדכי ערלאנגער הי"ו פון לאנדאן אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו מצוה טאנץ מיט פאסיגע דברי חרוזין. גאר א רירנדע מאמענט איז געווען ווען ער האט געוואונטשן א ברכת מזל טוב מריחוק מקום פאר די הויכגעשעצטע פשעווארסקער רעבעצין אשת חבר, וועלכע געפונט זיך אין די מרחקים לצרכי רפואה און אויסגעפירט מיט א תפילה ובקשה אז די שמחה בבית צדיקים זאל משפיע זיין ישועות און רפואות פארן כלל און דעם פרט. די רבי שליט"א האט דאן אפגעראכטן די ריקודי קודש אויפן בימת הכבוד מיט א געוואלדיגן דביקות כדרכו בקודש און דערנאך געטאנצן מיט די חתן מחותנים און די משפחת המלוכה. עס האט נאכגעפאלגט די מצוה טאנץ פון די אנדערע זיידע'ס און מחותנים.



bottom of page