top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי צאנז אפגעראכטן הילולא קדישא פון הרה"ק בעל שפע חיים זי"ע אינאיינעם מיט שבע ברכות אין רבינס הויף

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

מיט גרויס דערהויבענקייט און בענקענדיגע געפילן האבן תלמידי וחסידי צאנז אפגעצייכנט דעם צוויי און דרייסיגסטע יומא דהילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, וואס איז געפראוועט געווארן ביים יומא אריכתא ט' תמוז בצל הקודש פון בנו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.


דער היי יעריגע שולחן הטהור און סעודת הילולא איז געפראוועט געווארן בשילוב מיט די לעצטע שבע ברכות לרגל די שמחה בחצר הקודש, די חתונה פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם שליט"א רב דחסידי צאנז אין אמעריקא.


דער מעמד האט זיך אנגעהויבן דינסטאג פארנאכטס ערב יומא דהילולא אינעם גרויסן היכל אין קרית צאנז נתניה, וואו די טויזנטער חסידים האבן מקבל געווען פני קדשו פונעם רבי’ן בשירה וזמרה. נאך אמירת לחיים האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה, און דורכאויס דעם טיש האט מען געזינגען פילע ניגוני התעוררות און ניגוני שמחה בתופים ובמחולות לרגל די שמחה בבית צדיקים.


דער רבי האט מכבד געווען זיין זון דער מחותן הגה"צ רב דחסדי צאנז אין אמעריקא אויפצוטרעטן מיט דברי תורה, און דערנאך מכבד געווען מיט א דרשה זיין שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א וואס איז געקומען צופארן קיין ארץ ישראל לרגל השמחה במעונו און האט מיטגעהאלטן דעם שולחן הטהור.

 

בשעת די שמחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה מיט אלע רבנים אויפן אויבן אן און עקסטער מיטן חתן, ווי אויך האט דער רבי מכבד געווען די אנוועזנדע אדמורי"ם צו טאנצן מיט'ן חתן.


במשך דעם מעמד האבן זיך אנגעזעהן אויפ'ן בימת הכבוד א רייע חשובע אדמורי"ם ורבנים, די פעטערס האדמו"ר מצאנז זוועהיל, הגה"צ גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקווה און הגה"צ אב"ד צאנז בני ברק, אינאיינעם מיט האדמורי"ם מטאלנא אשדוד, סטראפקוב, זלאטשוב און בערגסאז.


מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן דעם רבינ'ס מחותן כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, און דער רבי שליט"א האט געזאגט די ברכות ראשונות, מיט ברכה אחריתא איז נתכבד געווארן דער פעטער האדמו"ר מצאנז זוועהיל.


נאכן בענטשן האט זיך אנגעהויבן דעם צווייטן טייל פונעם טיש ווען דער רבי האט געצינדן די ליכט לכבוד די יארצייט און זיך אויפגעשטעלט משמיע צו זיין די דברות קודש וואס האט געדויערט קרוב צו אנדערטהאלבן שעה.


בתוך דבריו האט דער רבי ארומגערעדט בפלפולא דאורייתא בעניני נישואין במשנתו פון זיין הייליגן פאטער דער בעל ההילולא, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי אגדה והתחזקות. אין א מערקווירדיגע שריט האט דער רבי מעורר געווען מיט ווייטאג איבער דעם ערשיינונג וואס יונגעלייט דאווענען מיט'ן טלית אויף די פלייצעס, און ציטירט שארפע מאמרים מפי ספרים וסופרים איבער דעם חומר הענין צו דאווענען מיטן טלית אויפ'ן קאפ. אזוי אויך האט דער רבי מיט ביטערע בכיות געקלאגט איבער דעם ביזיון התורה ולומדיה און דעם חוצפי יסגי וואס מען זעט היינט צוטאגס אין ארץ ישראל.


דערנאך איז פארגעקומען דער יערליכער מעמד חלוקת תעודות 'מורינו' פאר די בחורים און אינגעלייט מצטיינים, וואו הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם רב חסידי צאנז אין אמעריקא וראש ישיבות צאנז, האט אויסגערופן די נעמען פון אלע מצטיינים. א באזונדערע חידוש איז געווען דאס יאר ווען עטליכע בחורים האבן באקומען תעודות וואס דער רבי אליין האט אונטערגעשריבן בחתימת יד קדשו, כאות הוקרה פארן זיך לאזן גרונטליך פארהערן אויף די לימודים.

 

נאכ'ן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד לכבוד די יארצייט און דערנאך איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן לחיים א לענגערע וויילע.


מיטוואך, בעצם יומא דהילולא, האט דער רבי געדאווענט שחרית אין היכל המתיבתא און צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית וואס האט געדויערט צוויי און א האלב שעה. נאכן דאווענען איז דער רבי ארויסגעפארן צום ציון הקדוש אויפן בית החיים ותיקים, וואו ער האט אנגעצינדן ליכט און אנגעהויבן ספר רביעי וחמישי שבתהילים מיט גרויס השתפכות הנפש.


נאכ'ן קדיש האט דער רבי געזאגט "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק אינאיינעם מיט'ן עולם, און זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט און מתפלל געווען א תפילה חרישית. 


ביים פארלאזן דעם אהל האט דער רבי מפריש געווען צדקה, א סכום נכבד פון 300 שקל פאר יעדע מוסד באזונדער, אונטער די שירעם פון די מוסדות התורה והחסד דחסידי צאנז.



bottom of page