עולו ואתכנשו: יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע בחצה"ק צאנז קלויזענבורג
- לפני 3 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי
אלפי חסידי צאנז קלויזנבורג האבן מיט רגשי געגועים וכיסופין אפגעראכטן דעם צוויי און דרייסיגסטער יומא דהילולא פונעם רעיא מהימנא הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע וואס איז אויסגעפאלן ביום ט' תמוז.
מיטוואך נאכמיטאג בעצם יומא דהילולא קדישא איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין די נייע מתיבתא צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק וואו עס האבן מיטגעדאווענט הונדערטער חסידים און די תלמידי הישיבה. נאכן צינדן ליכט, איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד ווי דאס דאווענען האט זיך פארצויגן עטליכע שעה נאכאנאנד מיט גרויס השתפכות הנפש. נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארטיילט לעקיך פארן גאנצן ציבור.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, ווען אין די צייט איז געווען צוגעשטעלט די סעודות הילולא אין בנין ביהמ"ד הגדול. בשעה 10:00 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור וסעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד וואס איז שוין געווען איבערגעפולט מלא על כל גדותיו מיט מאסן חסידים ואנשי מעשה, און באזונדער איז דער אויבנאן געווען באזעצט מיט פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים.
דער רבי האט געצינדן ליכט, דערנאך געטרינקען לחיים און געוואונטשן דעם ציבור, תיכף דערויף האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן צום סעודה, און געמאכט דעם סיום הש"ס וואס די חסידים האבן געלערנט דורכאויס דעם פארלאפענעם יאר לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.
נאכן סיום הש"ס און די זמירות לכבוד היום האט דער רבי שליט"א משמיע געווען די פייערדיגע דברות קודש. ווי יאר יערליך האט דער רבי אנגעהויבן מיט א טיפזיניגער פלפול און נאך א לענגערע צייט האט דער רבי אנגעהויבן מיט דברי אגדה והתחזקות במשנתו פונעם בעל הילולא, דער רבי האט דערביי ארויסגעברענגט שיינע שטריכן וואס מען קען זיך לערנען פון טאטן ז"ל. דער רבי שליט"א האט דערנאך ארומגערעט בענינים העומדים על הפרק, די גזירת על הדת, די גזירת החינוך אין ניו יארק און דער שרעקליכע גזירת הגיוס אין ארץ ישראל וואו דער רבי האט ספעציעל ארויסגעהויבן לשבחם די עסקנים וואס ארבעטן רונדע דעם זייגער אז די בחורים זאל קענען פארבלייבן בין ספסלי דבי מדרשא. עקסטער האט דער רבי מעורר געווען איבער קביעות עיתים לתורה און באדאנקט די אלע אידן וועלכע העלפן ארויס די מוסדות הקדושים בכל קצווי תבל, מיסודם פונעם הייליגן בעל ההילולא זי"ע.
דערנאך האט דער רבי שליט"א שטארק ארויסגעהויבן די חשובע בחורי הישיבות וואס האבן זיך געלאזט פארהערן אויף טויזנטער בלעטער גמרא תוס', ווי דער בעל ההילולא שרייבט אין זיין הייליגע צוואה אז מען זאל זיך פארהערן און פארטיילן פרסים און מעטר זיין די בחורים אין די טאג פון זיין הילולא.
נאך די דברות קודש איז פארגעקומען דער יערליכער מעמד חלוקת תעודות 'מורינו' און 'חבר' פאר די בחורים המצטיינים, וואו דער רבי האט פארטיילט די תעודות מיט א געוואלדיגע קורת רוח און נחת דקדושה. נאכן חלוקת תעודות האט דער רבי געהייסן זינגען א ניגון שמחה און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד לכבודה של תורה.
דאס בענטשן איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יוסף ארי' בריננער הי"ו וועלכער האט אנגעגאסן דעם בעכער און מכבד געווען זיין חתן, מתלמידי המתיבתא אויפצוהייבן דעם בעכער פארן רבי'ן.
ביים ענדע פונעם טיש האט דער רבי שליט"א געהייסן זינגען א ניגון לכבוד התורה און מען איז דורך באקומען כוס של ברכה מידיו הקדושות פונעם רבי'ן שליט"א.
צווישן די פילע אדמור"ים ורבנים ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן: האדמור"ים מסערדאהעלי, סקולען, ליסקא, בני תורה צאנז, אבד"ק ראצפערט, הרה''צ רבי לוי יצחק גרינוואלד דומ''ץ פאפא בארא פארק, אבד"ק נאסויד מאנסי, אבד"ק נאסויד בארא פארק, אבד"ק קשאנוב, אבד"ק סלאנים בארא פארק, הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם אב"ד טארטיקוב, הרה''צ רבי בעריש רובין שליט"א מדאבמראווא, האחים הרבנים לבית לינז, און נאך פילע רבנים, דיינים, מרביצי תורה יושבים על מדין.


























































