top of page
הגה"צ אב"ד ור"מ קראסנא שליט"א באזוכט בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אינאיינעם מיט תלמידי המוסדות
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מאנטאג האט הגה"צ אב"ד ור"מ קראסנא שליט"א באזוכט בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אויף 500 בעדפארד עוועניו אין וויליאמסבורג, בכדי עולה צו זיין לתורה אינעם היסטארישן ספר תורה פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע און גלייכצייטיג מתפלל צו זיין פאר די הצלחה פון די אנגעייענדע מלאכת הבניה פונעם נייעם בנין האדיר והחדש "משכן חוה פעסיל", וועלכע ווערט אצינד געבויט אין מחנה אהל ברוך אין די קעטסקילס. דער רב שליט"א האט דארט געד


המשפיע הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב רעכט אפ סעודת הודאה נאך שווערע עקסידענט אויפן וועג קיין מירון
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א דערהויבענע סעודת הודאה איז אפגעהאלטן געווארן די וואך דינסטאג דורך המשפיע הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב, להודות ולהלל על כל הטובה אויף די געוואלדיגע חסדים גלויים אשר שם נפשו בחיים, נאך די שווערע עקסידענט וואס ער איז אריבער דעם אנהייב ווינטער, ערב שבת פרשת תולדות, אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון, ווי ער האט געזאלט דינען אלס 'נואם השבת' ביי די היסטארישע 'שבת מירון' במקהלות אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר בראשות כ"ק א


שיינעם שמחת החתונה אין מאנסי פון נכד הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין דעם זונטאג איז פארגעקומען אין מאנסי די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמאר, זון פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק ווייטצען וויליאמסבורג שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א אבד"ק סעמיהאי ניו סיטי, זון פון הגה"צ אבד"ק סעמיהאי בארא פארק שליט"א, און איידעם ביי הרה"ג ר' אהרן ווייס


בית צדיקים יעמוד: אלפי חסידי באבוב 45 מיטגעלעבט געהויבענע חתונה בחצר הקודש
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום בקול רנה וישועה איז פאריגע וואך אפגעראכטן געווארן די געהויבענע שמחה בחצר הקודש באבוב-45, וואו טויזנטער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט ביי די פייערליכע שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"צ רבי שלום אונגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון בארא פארק, מיט די כלה, אן אייניקל פונעם רבינ'ס ברודער הגה"צ רבי שלום גרשון אונגער שליט"א אבד"ק


שיינעם הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק נדבת הנגיד ר' יודל פערלשטיין הי"ו
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגאנעם זונטאג איז פארגעקומען א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה בחוצות בארא פארק, פאר די ספר תורה וואס הנגיד החסיד ר' יודל פערלשטיין הי"ו, מחשובי חסידי מונקאטש, האט מנדב געווען צום ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק. שוין עטליכע טעג בעפאר די מעמד האט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אריינגעשריבן אן אות אינעם נייעם ספר תורה. ביים מעמד גופא האט זיך דער רבי שליט"א משתתף געווען ביים תהלוכה אויף די זיבן און פערציגסטע גאס פארנט פון ביהמ


בקודש פנימה: ילדי תלמוד תורה לעלוב באזוכן ביי נשיא המוסד האד' מלעלוב
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י.,JDN ווי יאר יערליך אין די טעג פון ערב שבועות זענען די עלטערע כיתות פון תלמוד תורה לעלוב אין בארא פארק בנשיאותו פון כ''ק האדמו''ר מלעלוב שליט''א ארויף לביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן וואו דער רבי האט איבערגעגעבן א שמועס פאר די קינדערליך כהכנה צום יום טוב, און דערנאך פארטיילט מיני מתיקה פאר די קינדערליך.


אויסגאבע טישל • פרשת בהעלותך
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


הונדערטער חסידי לעלוב מיטגעהאלטן יערליכן שבת התוועדות אין אתרא קדישא מירון
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י"ש חיימסאן, אלימלך גרסטל,JDN הונדערטער חסידי לעלוב האבן מיטגעהאלטן דעם יערליכן שבת התוועדות דעם שבת קודש פרשת בהעלותך אין אתרא קדישא מירון, ווי די לאנגיעריגע חזקה וואס איז שוין איינגעפירט געווארן מיט איבער אכציג יאר צוריק דורך די פריערדיגע צדיקי בית לעלוב זי"ע, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א. טראץ די שווערע זיכערהייט לאגע וואס הערשט אין צפון ארץ ישראל, האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבערן גאנצן


גם יחד: היסטארישע מאמענטן פון שלום וריעות בחצרות סאטמאר ביי חתונה לבת הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס די הערצער און אויגן פון רבבות חסידי סאטמאר זענען עקסטאזליך געשפאנט צו די אומגלויבליכע דראמאטישע געשעענישן פון השכנת שלום ולהרבות ריעות, האט זיך דעם זונטאג נאכט אפגעשפילט א פרישע סעריע פון גאר היסטארישע און אומגלויבליכע צונויפטרעפונגען און סצענעס וואס האט געברענגט א פרישע פלייץ פון כוואליעס שמחה ביי עדת חסידי סאטמאר. געווען איז דאס ביי די שמחת החתונה פון בתו הבכירה ביים איש חי ורב פעלים און הויפט צושטאנד ברענ


בהתאסף ראשי עם: היסטארישע כנסיה גדולי ישראל פאררופן דורך "קרן עולם התורה" לאור ביטערע גזירת הגיוס
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישע און זעלטענע מעמד נרגש איז אפגעהאלטן געווארן די וואך זונטאג אין די "כתר הרימון" זאל אין עיר התורה בני ברק, ווען אין א בחינה פון "לך ואספת את זקני ישראל", זענען זיך צענדליגער אדמורי"ם, וראשי הישיבות וגדולי התורה פון אלע שיכטן און קרייזן, חסידישע, ליטווישע, און ספרד'ישע, צונויפגעקומען צום כינוס חירום פאררופן דורך הנהלת קרן עולם התורה, נאכפאלגענדיג די שווערע סאנקציעס אויף די עולם התורה לאור די ביטערע גזירת הגיוס, סיי


מאסן חסידים מיטגעהאלטן הערליכע שמחת נישואין פון חתן כלה נכדי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר הונדערטער חסידי בוהוש האבן מיטגעהאלטן די גרויסע און טאפלטע שמחה בחצר הקודש ביי די שמחה פון חתן כלה אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ רבי חיים דב האלפערין שליט''א וואס איז א זון פונעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א מחשובי האדמורי"ם לבית רוזשין מיט די כלה א טאכטער פונעם רבינס איידעם הרה"צ רבי משה נתן נטע לעמבערגער שליט''א זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא בנ


צענטראלע שבע ברכות לרגל שמחת בית תולדות אהרן געפייערט דורך מבצר הכוללים "באר יוסף"
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין ברוב פאר והדר איז אפגעהאלטן געווארן די צענטראלע שבע ברכות בשמחת בית תולדות אהרן צוגעשטעלט דורכן מבצר הכוללים "באר יוסף" לרגל די שמחת נישואין פונעם חתן א זון פונעם ראש הכולל הגה"צ רבי ישראל יוסף קאהן שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, מיט די כלה אן אייניקל ביי זיין פעטער הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א און א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א. די שמחה איז פארגעקומען


האד' מבאבוב-45 נעמט אונטער בליץ-באזוך קיין לאנדאן לרגל הנחת אבן הפנה פון נייעם ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין שטאט
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט געשפאנטע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי חסידי באבוב-45 תושבי לאנדאן די פריידיגע בשורה איבער'ן בליץ-באזוך דורך רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אין שטאט, צו באשיינען דער מעמד נהדר הנחת אבן הפנה פונעם נייעם גיגאנטישן צענטראלן ביהמ"ד דחסידי באבוב-45 אין עיר הבירה לאנדאן. דער פראיעקט פונעם נייעם ביהמ"ד גייט שוין א שטיק צייט, ווען די עסקני הקהלה האבן זיך אריינגעווארפן אין א גרויסארטיגע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקודש, אויפצ


פייערליכע שמחת הפארשפיל אין מושב אורה לקראת חתונה הגדולה בחצר הקודש וויזניץ
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אנעם אכסניא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה בגלילות ירושלים איז נעכטן מוצאי שבת אפגעראכטן געווארן די שמחת הפארשפיל לרגל השמחה במעון קדשו, די בעפארשטייענדע חתונה פון נכדתו הכלה, בת בנו הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד, זייענדיג א פרייליכע התחלה צו די קייט פון ימי השמחה די וואך. די שמחה איז געווען באגלייט מיט כלי זמר בקול צהלה ורינה, ווען דער רבי שליט"א איז מעודד די ניגונים בכל כוחו. אינ


פנים חדשות: שיינעם שבע ברכות בשמחת בית באבוב מיט השתתפות כבוד פון האד' ממונקאטש
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענעם דינסטאג נאכט איז פארגעקומען די שבע ברכות לרגל שמחת בית באבוב, צוגעשטעלט דורך די זיידע מצד הכלה הגה''צ רבי חיים אלעזר עסטרייכער שליט"א, מיטן השתתפות כבוד פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א. צווישן די אדמור"ים האט זיך אנטוויקלט א לענגערע שיינע שמועס, און דער מונקאטשער רבי איז מכובד געווארן מיט די שבע ברכות נאך ברכת המזון. דערנאך איז מען ארויס אין ריקודין של שמחה און עס איז געשאפן געווארן א מחול לצדיקים דורך ביידע אדמור"ים.


ויהי לפלא: פערצן יעריג מיידל אפגעפונען ב"ה אין טאראנטא געציילטע שעהן נאך באזוך פון האד' מרימינוב
פרייטאג פ' נשא ב' • י"ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס די אידישע קהילה אין טאראנטא האט אויפגענומען מיט דערלייכטערונג, אז א די 14-יעריגע אידישע מיידל וואס איז פארשוואונדן געווארן מיט קרוב צו צוויי וואכן צוריק, איז ברוך השם געפונען געווארן געזונט, ווערט אצינד אויפגעדעקט די געוואלדיגע סיעתא דשמיא, אז דאס איז געקומען בלויז עטליכע שעה נאך א ספעציעלן באזוך וואס כ"ק אדמו"ר מרימינוב שליט"א האט אפגעהאלטן אין שטוב פון די צובראכענע עלטערן אין שטאט טאראנטא. זינט דאס מיידל איז


לברך ולהתברך: האד' מוויזניץ ירושלים באזוכט ביי ש"ב האד' מבעלזא
פרייטאג פ' נשא ב' • י''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש,JDN כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל לכבוד יום טוב שבועות, איז אין די טעג בעפאר יום טוב אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביי שאר בשרו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט"א, דער רבי שליט"א האט דערביי פארפירט א שיינעם שמועס מיטן בעלזער רב בדברי תורה וסיפורי צדיקים. די רבי'ס האבן דאן געטרינקען לחיים און זיך געוואונטשן לחיים און א ליסטיגן יום טוב.


האיר פני המזרח: היסטארישע אנטוויקלונג אין קהלת "פני מנחם" מיט'ן ערהאלטן פון שטאטראט שטח אדיר אין הארץ פון ירושלים
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א היסטארישע אנטוויקלונג אינערהאלב קהלת פני מנחם בראשות ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלטר שליט"א, איז אין די יעצטיגע טעג ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורך די שטאטראט אין ירושלים אוועקצושענקען פאר קהלת פני מנחם א ריזן גיגאנטישער שטח אין הארץ פון ירושלים, וואו ס'וועט אויפגעבויט ווערן דער נייער מרכז גדול לתורה ולתפלה דקהל פני מנחם. די רעדע איז פון א ריזן שטח אויף רחוב תורה מציון, וואס האט ביז היינט געהערט צו די שטאטראט, און ס'אי


איש דורות ראו: גרויס התרגשות ביי שמחת החתונה פון ערשטן אור אייניקל בן אחר בן ביי האד' מנאראל
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אין שטאט בני ברק איז דעם דינסטאג געפראוועט געווארן די שיינע רבישע שמחה בחצרות נאראל - שאץ וויזניץ - זוועהיל - נדבורנא, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן ערשטע אור אייניקל בן אחר בן פון כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ רבי אהרן שפירא אבד"ק נאראל, א זון פון זיין זון הרה"ג ר' יצחק נתן שפירא שליט"א מנהל רוחני אין ישיבת תורה לשמה איידעם פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון ירו


אַהֲבָה רַבָּה אֲהַבְתָּנוּ • יום טוב שבועות בחצר הקודש פשעווארסק
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


bottom of page
