מאסן חסידים מיטגעהאלטן הערליכע שמחת נישואין פון חתן כלה נכדי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א
- לפני יומיים (2)
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
הונדערטער חסידי בוהוש האבן מיטגעהאלטן די גרויסע און טאפלטע שמחה בחצר הקודש ביי די שמחה פון חתן כלה אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ רבי חיים דב האלפערין שליט''א וואס איז א זון פונעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א מחשובי האדמורי"ם לבית רוזשין מיט די כלה א טאכטער פונעם רבינס איידעם הרה"צ רבי משה נתן נטע לעמבערגער שליט''א זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא בני ברק זצ"ל די שמחה איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וגיל אינעם שטאטישן אודיטאריום אין בני ברק.
צום באשטימטן צייט זענען די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינען אינעם זאל צום מעמד קבלת פנים. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הגה"צ רבי משה מרדכי טוביאס גאב"ד קדימה, און פארן ארויסגיין צום באדעקן האט דער רבי אנגעטון פארן חתן צוויי קאפליך וואס ליגט באוצרו הטוב פון זקיניו הקדושים דעם הייליגן רוזשינער און הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע.
דערנאך איז מען ארויס צום מעמד החופה תחת כיפת השמים, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער פון די כלה כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ אב"ד מאקאווא בני ברק שליט"א, ברכות ראשונות זענען צוטיילט געווארן צווישן דער אבי החתן הרה"צ רבי חיים דוב האלפערין שליט"א, דער פעטער פון חתן כלה הרה"ג ר' משה ברים שליט"א, און הגאון רבי לייבוש טוביאס שליט"א רב חסידי בוהוש, ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א.
נאכן חופה האט זיך דער ציבור ספאנטאן ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין און די געהויבענע זיידעס און מחותנים האבן זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
דאן האט די ציבור מיסב געווען צום סעודת החתונה, און קורצליך דערויף איז די ראש בית אב דער רבי שליט"א ערשינען צום סעודת החתונה אינעם זאל וועלכע איז געווען מלא וגדוש עד אפס מקום מיט די הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, ווערנדיג ענטפאנגען בשירה וזמרה.
צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וואס האבן באשיינט די שמחה זענען געווען האדמורי"ם מטשערנאביל, מאחנובקא בעלזא, ביאלא, זוועהיל, שבט הלוי, קודינוב, אנטניא, קאזמיר, האסאקוב, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא, אב"ד אביר יעקב תל אביב, הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן מלעלוב, הגה"צ המשפיע רבי אהרן טויסיג, די פעטערס האדמורי"ם מביאלא רמת אהרן, זוטשקא אמסאנא, גאב"ד מאקאווא אשדוד, און נאך.
כחצות הלילה האט מען צוגעטראטן צום רעווא דרעווין פון די שמחה, די געהויבענע מעמד המצווה טאנץ, ווען צום ערשט האט בדחנא דמלכא ר' יואל פאללאק הי"ו אויפגערופן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, דערנאך די פעטערס הרבנים לבית מאקאווא בני ברק, דערנאך די חשובע מחותנים די שוואגערס צנתרי דדהבא מזרע המלוכה.
אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען מיטצולעבן די עבודת הריקודין דורכ'ן גרויסן זיידע משני הצדדים דער בוהושער רבי שליט"א. הרב שמעון ישראל פריעד משב"ק אדמור"י סקולען און בדחנא דמלכא אין סקולענער הויף האט אויפגערופן דעם רבין און דערמאנט די ישועות וואס כלל ישראל נויטיגן זיך במיוחד מיט די שווערע גזירות על הדת, דערנאך האט די רבי אפגעראכטן די פלאם פייערדיגע ריקודין לפני הכלה פאר קרוב צו א שעה צייט למעלה מגדר אנושי, בשעת די חסידים הייבן אין די לופטן מיט גרויס חיות און התלהבות.
נאכן טאנצן מיט'ן חתן, מחותנים, און די בני משפחת המלוכה, איז דער רבי ארויס אין א ספעציעלע מחול אינאיינעם מיט די פילע אורחים הנכבדים און נדיבי עם וואס זענען געקומען צופארן מעבר לים צום עת משוש, און א באזונדערע פייערדיגע ריקוד אינאיינעם מיט די בחורים און אינגעלייט די גיבורי חיל וועלכע שטעלן זיך נישט צום לשכת הגיוס, וואס די חתן דינן ציילט זיך צווישן די חבריא, די זאל האט געקאכט ווי א קעסל ביים זינגען 'וכל קרני רשעים' 'המה כרעו ונפלו' און נאך ניגונים.
עס איז שוין געווען אום פינף אזייגער פארטאגס קרוב צום נץ החמה ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט, ברן יחד כוכבי בוקר.
די שמחה האט נאכגעפאלגט מיט די שבת שבע ברכות בחצר הקודש וועלכע איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענע פארנעם, ווען לכבוד די שמחה כפולה האט דער רבי אין א זעלטענעם ערשיינונג מקדש געווען על הכוס ברוב עם פרייטאג צונאכטס נאכן דאווענען, זייענדיג א מחזה הוד אויף וואס די חסידים האבן ארויסגעקוקט אסאך צייט.






































