top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צענטראלע שבע ברכות לרגל שמחת בית תולדות אהרן געפייערט דורך מבצר הכוללים "באר יוסף"

  • לפני 5 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין

ברוב פאר והדר איז אפגעהאלטן געווארן די צענטראלע שבע ברכות בשמחת בית תולדות אהרן צוגעשטעלט דורכן מבצר הכוללים "באר יוסף" לרגל די שמחת נישואין פונעם חתן א זון פונעם ראש הכולל הגה"צ רבי ישראל יוסף קאהן שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, מיט די כלה אן אייניקל ביי זיין פעטער הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א און א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.


די שמחה איז פארגעקומען אין די פראכטופלע "ויאמר יצחק" זאל אין ירושלים, וואו האבן אנטייל גענומען די הונדערטער אברכי הכוללים, זייט ביי זייט מיט די "יששכר זבולון", די נגידים און תומכי הכולל וועלכע זענען געקומען צופארן פון ניו יארק צו די שמחה.


ביי די סעודה שתלמידי חכמים מסובין בה, האבן באשיינט מערערע גדולי ישראל, אדמור"ים ורבנים מפורסמים ובראשם די זיידעס כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א; כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א; כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א; הגאון האדיר רבי יצחק סאלאווייטשיק שליט"א; הגאון רבי משה ברזובסקי שליט"א ראש ישיבת סלונים; המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב; המקובל הגה"צ רבי גמליאל הכהן ראבינאוויטש שליט"א; המשפיע הגה"צ רבי יודל דייטש שליט"א; הגאון רבי מאיר סירוטה שליט"א און נאך.


בין הפרקים צווישן די פרקי שירה וזמרה האט מען געהערט א רייע הערליכע דרשות נלהבות לכבוד די לומדי ומחזיקי תורה, צווישן זיי פון הרה"צ ר' חיים יצחק קאפ שליט"א, ראש ישיבת פרמישלאן; הגה"צ רבי גמליאל הכהן רבינאוויטש שליט"א; הגאון האדיר רבי יצחק סאלאווייטשיק שליט"א; און דברי ברכה פונעם זיידן האדמו"ר מתולדות אהרן.


צום הויכפונקט האט דער בעל השמחה, הרה"צ רבי ישראל יוסף שליט"א, גענומען דאס ווארט וואו ער האט אפגעגעבן א שבח והודאה פאר'ן אויבערשטן אויף אלע חסדים, און ארויסגעהויבן דעם געוואלדיגן וואוקס פון "מבצר הכוללים באר יוסף", וואו עס לערנען היינט צוטאגס אריבער פינף הונדערט אברכים יקרים, און ער האט מחזק געווען די אינגעלייט צו שטייגן מעלות רמות בתורה ועבודה.


נאכן בענטשן האט דער רבי שליט"א פארטיילט געווארן תעודות הוקרה פאר די לומדי הכולל יעדער כפי דרגתו, און פאר די תומכי הכולל האט דער רבי געשאנקן א הערליכע זילבערנע בשמים האלטער אלס סגולה לשמירה.



תגובות


bottom of page