ויהי לפלא: פערצן יעריג מיידל אפגעפונען ב"ה אין טאראנטא געציילטע שעהן נאך באזוך פון האד' מרימינוב
- 29 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' נשא ב' • י"ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די צייט וואס די אידישע קהילה אין טאראנטא האט אויפגענומען מיט דערלייכטערונג, אז א די 14-יעריגע אידישע מיידל וואס איז פארשוואונדן געווארן מיט קרוב צו צוויי וואכן צוריק, איז ברוך השם געפונען געווארן געזונט, ווערט אצינד אויפגעדעקט די געוואלדיגע סיעתא דשמיא, אז דאס איז געקומען בלויז עטליכע שעה נאך א ספעציעלן באזוך וואס כ"ק אדמו"ר מרימינוב שליט"א האט אפגעהאלטן אין שטוב פון די צובראכענע עלטערן אין שטאט טאראנטא.
זינט דאס מיידל איז פארשוואונדן געווארן, האבן די ארטיגע פאליציי, אינאיינעם מיט הונדערטער אידישע וואלאנטירן איבערגעדרייט יעדן שטיינדל איבער גאנץ טאראנטא צו דערגיין אירע שפורן, און טראץ אלע פארגעשריטענע טעכנאלאגישע און שפיאנאזש מיטלען, זענען פאראיבער קרוב צו צוויי וואכן און מען האט נאך אלס נישט אפגעפונען דאס קינד.
דערזעענדיג די גרויסע צער פון די משפחה, האט הגאון רבי משה גרשון שטיינמעץ שליט"א א לאקאלע רב וועלכע פארמאגט א נאנטן קשר מיט די משפחה, באשלאסן צו טון א דראסטישן שריט און פערזענליך אראנזשירט אריבערצוברענגען קיין טאראנטא כ"ק האדמו"ר מרימינוב שליט"א וועלכער איז באקאנט מיט זיין כוח און סגולות צו געפינען פארלוירענע מענטשן.
דער רימינובער רבי שליט"א איז געקומען צו פליען אויף א בליץ באזוך פון ניו יורק און באלד נאכן לאנדן אין טאראנטא, איז דער רבי צוגעפארן צום שטוב פון די משפחה ווי דער רבי האט זיך געזעצט מיט די צעבראכענע עלטערן און זיי מחזק געווען. דערביי האט דער רבי געצינדן ליכט כדרכו בקודש און געטון פארשידענע ערליי סגולות וואס דער רבי האט בקבלה.
עס האט נישט לאנג געדויערט און בלויז געציילטע שעה נאכדעם וואס דער רבי האט פארלאזט דאס הויז, האט די טעלעפאן געקלונגען. אויפן אנדערע זייט טרייבל האט זיך געהערט דאס קול פון דעם מיידל, וועלכע האט איינגעמאלדן אירע באזארגטע עלטערן אז זי איז געזונט און שטארק.
אין א קורצע מעלדונג האט די טאראנטא פאליציי געמאלדן אז דאס מיידל איז געפונען געווארן, אן צו ארויסגעבן מער דעטאלן.






תגובות