top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איש דורות ראו: גרויס התרגשות ביי שמחת החתונה פון ערשטן אור אייניקל בן אחר בן ביי האד' מנאראל

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

אין שטאט בני ברק איז דעם דינסטאג געפראוועט געווארן די שיינע רבישע שמחה בחצרות נאראל - שאץ וויזניץ - זוועהיל - נדבורנא, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן ערשטע אור אייניקל בן אחר בן פון כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ רבי אהרן שפירא אבד"ק נאראל, א זון פון זיין זון הרה"ג ר' יצחק נתן שפירא שליט"א מנהל רוחני אין ישיבת תורה לשמה איידעם פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון ירושלים, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ רבי שמואל שמעלקא ראזענבוים שליט"א מנדבורנא זון פון כ"ק אדמו"ר בעל באר יעקב מנדבורנא זצ"ל און איידעם פון כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די גני הדקל זאל אין בני ברק, במקהלות חסידים ואנשי מעשה וקהל רב.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, קריאת הכתובה דער עלטער פעטער מצד הכלה הרה"ג ר' אהרן אלי' פעלדמאן שליט''א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידע כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, די פעטער'ס האדמורי"ם מנדבורנא ביתר, נדבורנא אלעד און זידיטשוב פתח תקווה, און ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א.


דורכאויס די שמחת החתונה האט זיך אנגעזען דאס השתתפות פון פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי די פעטערס האדמורי"ם מנדבורנא, נדבורנא ירושלים, נדבורנא ביתר, נדבורנא אלעד, און קודינוב, און האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, ספינקא, שבט הלוי, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, קוזמיר, לעלוב פון בני ברק, ביטשקוב, מיאלען, טשעחויב, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אב"ד צאנז בני ברק, הגה"צ רבי שמעון שמואל הלברשטאם אב"ד דברי משה, אב"ד סקולען ב"ב, אב"ד מאקאווא ב"ב, און נאך פיל.



bottom of page