top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהתאסף ראשי עם: היסטארישע כנסיה גדולי ישראל פאררופן דורך "קרן עולם התורה" לאור ביטערע גזירת הגיוס

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 4 דקות

דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א היסטארישע און זעלטענע מעמד נרגש איז אפגעהאלטן געווארן די וואך זונטאג אין די "כתר הרימון" זאל אין עיר התורה בני ברק, ווען אין א בחינה פון "לך ואספת את זקני ישראל", זענען זיך צענדליגער אדמורי"ם, וראשי הישיבות וגדולי התורה פון אלע שיכטן און קרייזן, חסידישע, ליטווישע, און ספרד'ישע, צונויפגעקומען צום כינוס חירום פאררופן דורך הנהלת קרן עולם התורה, נאכפאלגענדיג די שווערע סאנקציעס אויף די עולם התורה לאור די ביטערע גזירת הגיוס, סיי דאס אפהאלט פון די פינאנציעלע שטיצע פאר די ישיבות, און די סאנקציעס אויף די בני תורה זעלבסט מיטן ציל זיי צו דערשטיקן פארן איינציגן זינד פון זיך נישט שטעלן אינעם טמא'נעם מיליטער.


אויפן אויבן אן וואס האט זיך געצויגן אויף אלע פיר זייטן רינגס ארום דעם זאל זענען געזעסן די מנהיגי עולם התורה פון אלע פראקציעס, א יעדע זייט באזונדער זענען געזעצן מנהיגי הקהילות וגדולי תורה פון א אנדערע קרייז, פון איין זיין חסידיש'ע רביים, פון די אנדערע זייט ליטווישע גדולים, און פון די אנדערע זייט ספרי'דשע ראשי הישיבות, וואו מען איז געזעסן בכובד ראש און דן געווען כדת מה לעשות לחיזוק קרן עולם התורה, און זיך קענען א עצה געבן מיט די נייע מציאות אנבאלאנגט די שווערע און ביטערע סאנקציעס וואס האט זיך געשאפן אויף די עולם התורה.


אין שפיץ פון די ליטווישע גדולים האבן זיך משתתף געווען הגאון הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבות סלאבדקא, הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א ראש ישיבת הרשב"י, המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, הגאון רבי יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן און נאך פילע גדולי התורה און ראשי הישיבות.


פון די חסידישע אדמורי"ם ורבנים האבן זיך אנגעזען צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, הגה"צ רבי משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים, און נאך.


די מעמד איז געעפנט געווארן דורך הרב חיים אהרן קאופמאן שליט"א יו"ר ועד הישיבות, ווי ער האט פארגעשטעלט פאר די גדולי התורה והחסידות אן איבערבליק אויף די יעצטיגע מצב און אויף די שווערע און ביטערע סאנקציעס וואס איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף די ישיבות און כוללים, און דערביי באטאנט די וויכטיגקייט אנצוהאלטן און צו פארשטארקערן די אקטיוויטעטן פון "קרן עולם התורה" צו שטיצן די צענדליגער טויזענטער אברכים ובני בתורה וועלכע געפינען זיך אין נויט אלס רעזולטאט פון די יעצטיגע סיטואציע.


דערנאך איז געהערט געואורן די פייערדיגע ווערטער דורכן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, וועלכע האט געוואנדן זיינע רייד מנהמת לבו בצערם פון די בני תורה און זייערע משפחות. בסיום דבריו האט דער ראש הישיבה שליט"א אויסגערופן א קריאה מיוחדת פאר כלל ישראל זיך אנצונעמען פארן עולם התורה, און באטאנט, אז אפילו ווער עס איז נישט ביכולת צו געבן גרעסערע סכומים, קען זיך אונטערנעמען צו שטיצן און אויסהאלטן אפילו איין אינגערמאן, און זיין דערמיט א אקטיווע שותף אין די מערכה למען המשך קיומו של עולם התורה.


דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער ראש הישיבה הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, ארויסברעגענדיג אז מיר געפינען זיך יעצט "בחשכה גדולה השם ירחם", און ער האט באטאנט אז די שלטון הרשע דאהי אין ארץ ישראל מיינט אז דורכן אפהאלטן די תמיכה פאר די לומדי תורה וועלן זיי אונז קענען משכנע זיין, אבער מיר שטעלן אהער די קלארע און שטייפע שטעלונג אז מיר זענען מחיוב צו שטיין במסירת נפש און זיך נישט משכנע זיין אויף קיין שום פיינונגען און סטראשערייען! און האט דערביי ארויסגעברענגט די חיוב צו שטיצן דעם "קרן עולם התורה" ארויסצואווייזן די הבטחה פון "כי לא תשכח מפי זרעו" און גלייכצטיייג ארויסווייזן פאר די וועלט "שלא מפיהם אנו חיים" מיר קענען זיך אליינס באגיין אן די הילף פון די מדינה.


דער מנהיג עולם התורה ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דיבורים, ווי ער האט זיך מתייחס געווען צו די נייע מציאות אנבאלאנגט די ביטערע סאנקציעס אויף לומדי תורה, זאגנדיג, "פון אנהייב האבן מיר געקלערט אז דאס איז בלויז א מדובר פון א יאר אדער צוויי, למעשה זעהט מען נישט קיין עק, און אויב ביז יעצט זענען די עשירים געווען פון די מחזיקי תורה, ליגט יעצט א חוב אויף א יעדע איד צו זיין א שותף אין דעם קרן עולם התורה".


א דרשה נלהבה איז געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע האט מרחיב געווען בגודל הזכות פון החזרת לומדי תורה, ארויסברענגענדיג אז ווען מען שטיצט לומדי תורה באקומט דאס געלט א הייליגע צורה, ווען אידן געבן געלט דרייעט מען איבער די צורת הכסף צו א כלי של קדושה. נאכדעם האט מען געהערט א דרשה נלהבה פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א איבערן חובת השעה אין דעם קריטישן צייט.


הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א ראש ישיבת "מאור התורה" פון די ספרד'ישע קרייזן האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אויף די שוידערליכע רדיפות כלפי בני תורה, און די ביטערע סאנקציעס אקעגן עולם הישיבות.


במשך די כינוס איז אויך פארגעליינט געווארן די מכתב קודש פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועלכע האט מפאת חולשת גופו זיך נישט געקענט באטייליגן צום מעמד, די מכתב איז פארגעליינט געווארן דורך גיסו ראש ישיבת וויזני., ווי צווישן די ווערטער שרייבט די רבי שליט"א "בודאי שחובת השעה המטולת על כל אחד ואחד הירא לדבר ה' לעשות כל שביכולתו למען הרמת קרן התורה ולסייע ללומדי התורה בשעה קשה זו".


גלייך נאכן כינוס חירום, איז ארויס די פאראייניגטע קריאת הקודש פון די גדולי ישראל שליט"א צו פארברייטערן די פעולות פון קרן עולם התורה, און שענקען די זכות פאר א יעדעם איינעם צוגלייך צו זיין א תומך תורה אין די גרול'דיגע צייט, אנצוהאלטן די ווייטערדיגע דער קיום התורה, כי מימיהם של אבותינו לא פסקה ישיבה מהם.



bottom of page