הונדערטער חסידי לעלוב מיטגעהאלטן יערליכן שבת התוועדות אין אתרא קדישא מירון
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י"ש חיימסאן, אלימלך גרסטל,JDN
הונדערטער חסידי לעלוב האבן מיטגעהאלטן דעם יערליכן שבת התוועדות דעם שבת קודש פרשת בהעלותך אין אתרא קדישא מירון, ווי די לאנגיעריגע חזקה וואס איז שוין איינגעפירט געווארן מיט איבער אכציג יאר צוריק דורך די פריערדיגע צדיקי בית לעלוב זי"ע, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א.
טראץ די שווערע זיכערהייט לאגע וואס הערשט אין צפון ארץ ישראל, האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבערן גאנצן לאנד און פילע געסט פון מעבר לים זיך פאראייניגט מיטצוהאלטן דעם שבתא דריגלא דמירון. צוליב די מלחמה אומשטענדן און די באגרעניצונגען פון די פאליציי, וואס האבן ערלויבט בלויז ביז צוויי הונדערט מענטשן אין אפענע שטחים, האבן די עסקנים געארבעט אונטער א געוואלדיגן דרוק צוצוגרייטן די סעודות און תפילות אויף א פראוויזארישן אבער בכבוד'יגן אופן.
ערב שבת בפניא דמעלי שבתא איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום מנין פון די "ילדי חן" אינעם מתחם בני עקיבא, וואו ער האט מיטגעזאגט שיר השירים מיט די תינוקות של בית רבן. די תפילות פרייטאג צונאכטס איז אפגעראכטן געווארן אינעם רחבת תולדות אהרן ביים חצר פון רבי אלעזר, וואו דער רבי שליט"א האט פארגעדאוונט קבלת שבת און מעריב מיט א פייערדיגן ברען. פאר "כגונא" האט זיך געהערט דעם רבינ'ס קול ביים פארזינגען דעם פזמון "בר יוחאי" חזן וקהל מיט גרויס השתפכות הנפש.
די טיש ליל שבת איז פארגעקומען אינעם שטח פון תולדות אברהם יצחק, אונטערן פרייע הימל וואו מען האט זיך דערהויבן בזמירות שירות ותשבחות לקל חי און פייערדיגע ריקודין לכבוד התנא האלוקי.
שבת אינדערפרי האט מען געדאווענט אין ישיבת בני עקיבא, וואו דעם רבינ'ס זון, הרה"צ רבי חיים יעקב בידערמאן שליט"א פון בארא פארק, איז צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית, ביים ליינען האט מען פארקויפט די עליות פאר גרויסע סכומים להוצאות השבת. צוליב די פילע געסט פון אויסלאנד איז פארגעקומען א באזונדערע מנין פאר קריאת התורה פון פרשת נשא לויט'ן סדר פון בני חו"ל, דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף, און נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א "קידושא רבה" לכבוד די שמחה פון הולדת הבת ביי הרה"ג ר' דוד צבי שלמה ארנסטר שליט"א, א דאפלטן אייניקל פונעם פריערדיגן לעלובער רבי'ן זצ"ל, א זון פון חתנו הרה"צ רבי ישראל ארנסטר שליט"א און איידעם פון בנו האדמו"ר רבי יעקב יצחק מלעלוב ירושלים שליט"א.
די סעודות שב"ק זענען געפראוועט געווען אין חדר אוכל פון בני עקיבא, און דער רבי האט אפגעראכטן די סעודה פריוואט מיט די משפחת המלוכה און די נדיבים אינעם אכסניא אין מושב מירון.
שבת נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין די מערה אויף אמירת "כל ספר תהילים" בציבור, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער דריי שעה מיט א מתינות און השתפכות הנפש, קאפיטל נאך קאפיטל, נאך תהילים האט דער רבי געמאכט א "מי שברך" לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
שלש סעודות איז אפגעראכטן געווארן ביים רחבת תולדות אברהם יצחק, וואו עס האט זיך אנגעזען המקובל הגה"צ רבי גמליאל רבינוביץ שליט"א. מוצאי שבת נאך הבדלה איז פארגעקומען דער מעמד ההדלקה בתופים ומחולות, צווישן די פייערדיגע ריקודים האט דער רבי געבעטן די קינדער טאנצן א ספעציעלן "קאדאטשקע" טאנץ און דער רבי האט מעודד געווען די ריקודין מיט גרויס התלהבות, ביים ענדע האט דער רבי אנגעוונטשן מברכות קדשו און געזעגענט די חסידים וועלכע האבן דערויף באגלייט דעם דעם רבי'ן צוריק צום אכסניא בשירה וזמרה.

