גם יחד: היסטארישע מאמענטן פון שלום וריעות בחצרות סאטמאר ביי חתונה לבת הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו
- לפני יומיים (2)
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' בהעלותך • י''ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די צייט וואס די הערצער און אויגן פון רבבות חסידי סאטמאר זענען עקסטאזליך געשפאנט צו די אומגלויבליכע דראמאטישע געשעענישן פון השכנת שלום ולהרבות ריעות, האט זיך דעם זונטאג נאכט אפגעשפילט א פרישע סעריע פון גאר היסטארישע און אומגלויבליכע צונויפטרעפונגען און סצענעס וואס האט געברענגט א פרישע פלייץ פון כוואליעס שמחה ביי עדת חסידי סאטמאר.
געווען איז דאס ביי די שמחת החתונה פון בתו הבכירה ביים איש חי ורב פעלים און הויפט צושטאנד ברענגער פון די היסטארישע חלוקת הירושה אין סאטמאר, הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, זון פונעם לעגענדארן משב"ק ואיש אמונו פון אדמור"י בית סאטמאר, הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן הי"ו.
די שמחת החתונה איז אפגעראכטן געווארן אויף א נגיד'ישן שטייגער אין 'אולם הייטנער' אין בארא פארק, ווען עס האבן זיך דערביי באטייליגט פילע רבנים, עסקנים און משמשים בקודש פון ביידע סאטמארער הויפן, וועלכע זענען געקומען זיך משתתף זיין לכבודו ולאות הוקרה פונעם אבי הכלה ר' ליפא פריעדמאן פאר'ן צושטאנד ברענגען די חלוקת הירושה מיט אזא אויסטערלישע סוקסעס און ישרות ונאמנות.
ביים מעמד קבלת פנים האט זיך משתתף געווען הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט ברגשי הכרת הטוב ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן אבי הכלה, הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן, און באזונדער פאר אביו הרה"ח ר' משה פריעדמאן משב"ק.
באזונדער האט ביים מעמד קבלת פנים זיך משתתף געווען בשליחותו פונעם סאטמארער רבי'ן, זיין געטרייער משב"ק ואיש אמונו הרה"ח ר' חיים שלמה פישער, און נאך עטליכע משמשים בקודש ונאמני בית, ומה נהדר היה המראה די ברידערליכע און פריינטליכע נאנטשאפט וואס די משמשים בקודש פון ביידע סאטמארער הויפן האבן זיך ארויסגעוויזן איש אל אחיו, באותות אהבה ואחוה ושלום וריעות.
ביים מעמד החופה איז נתכבד געווארן מיט סידור קידושין כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און דערנאך מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן געטרייען משב"ק הרה"ח ר' משה ובנו הנגיד ר' ליפא און אלע בעלי שמחה.
במשך די חתונה האבן זיך אנגעזען פילע אדמורי"ם ורבנים און עסקני הקהילות וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פונעם שר הצדקות והחסד הרבני הנגיד ר' ליפא וועלכער איז פקיע שמי' מיט זיינע אויסטערלישע צדקות למען הכלל והפרט. אינצווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן בראש המסובים די ברידער הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א בני הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי''ע.
מיט'ן פאסיגן כבוד איז ביי די עזרת נשים אויפגענומען געווארן די באשיינונג פון די הויכגעשעצטע סאטמארער רביצין תליט"א, וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן פון קרית יואל צו באשיינען די שמחה, און אן אויסנאמליכן שריט איז געווען ווען די רביצין האט אויסגעדרוקט באגער צו גיין פערזענליך איבערגעבן אירע ברכות פאר די בעלי שמחה, צוגייענדיג צו די מחיצה, וואו עס זענען צוגעקומען די בעלי שמחה, און די רביצין האט הארציג אנגעוואונטשן פאר'ן מחותן הרבני הנגיד ר' ליפא ואביו הרה"ח ר' משה פריעדמאן.
שפעטער ביינאכט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צוריקגעקומען צו די שמחה, און דער בדחן ר' אברהם מרדכי שווארטץ האט אויפגערופן דעם רבי'ן צו די מצות הריקודין, דער רבי האט מעריך געווען די מצוה טאנץ מיט געהויבנקייט, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ידידות'דיגע טאנץ מיט די בעלי שמחה.
א באזונדערע באגריסנדע געשעעניש פון אחוה וריעות איז געווען באותו לילה, ביי די שמחת החתונה ביי אן אייניקל פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, בבית בנו הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד איחוד התלמידים דסאטמאר וויליאמסבורג, וואס איז פארגעקומען אין מאנסי האט זיך פארמירט א זעלטענעם מחול לצדיקים פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 עוו. שליט"א, אינאיינעם מיט הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, און הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א).

























