top of page
ענדגילטיגער מקח אויף נייעם ביהמ"ד פאר חסידי וויזניץ וויליאמסבורג אין שטאט מאנסי
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אויסטערלישע עקסטאז און פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי וויזניץ וויליאמסבורג ובפרט תושבי מאנסי איבער די ענדגילטיגע מקח אויף א מקום רחבת ידים אויף מעיפל טערעס, וואו עס וועט געגרינדעט ווערן א נייע ביהמ''ד לתורה ולתפילה וואס וועט דינען אלס לייכט-טורעם פאר חסידי וויזניץ וויליאמסבורג תושבי מאנסי לחזק ולהתחזק כאיש אחד בלב אחד תחת נשיאתו והדרכתו פון כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט''א. דאס קומט נאכדעם וואס


האד' מסאטמאר באזוכט אין נייע ביהמ"ד צאנז אין מאנסי בנשיאות האד' מצאנז מאנסי
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום,JDN פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך געפונען אין שטאט מאנסי האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך אין די נייע צאנזער ביהמ"ד בנשיאות הגה"צ רבי חיים מאיר הלברשטאם האדמו"ר מצאנז מאנסי, וועלכער האט מכבד געווען דעם רבי'ן צו קובע זיין א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פון ביהמ"ד. עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים ביי וועלכן מען האט ארומגעשמועסט סיפורי צדיקים פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע ובניו, און


נייע תלמוד תורה דחסידי צאנז אין לאנדאן וועט געעפנט ווערן צום שנת הלימודים תשפ"ז
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום די פילצאליגע חסידי צאנז תושבי לאנדאן, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט צום קומענדיגן לערן יאר שנת תשפ"ז געעפנט ווערן א נייע תלמוד תורה 'דרכי אבות' דחסידי צאנז אין לאנדאן. קהילת צאנז אין לאנדאן באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה וועלכע קוקן שוין לאנג ארויס פאר אן אייגענעם ווינקל אויפצוציען זייער קינדער די ילדי חמד היקרים על דרך הסלולה, און א


עשירי קודש: צענטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב בני ברק זצ"ל בעל מאורי מרדכי
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר פילצאליגע חסידים ומעריצים האבן מעלה געווען זכרו הבהיר פון כ"ק אדמו"ר בעל מאורי מרדכי מזלאטשוב זצ"ל פון בני ברק, ביי די צענטע יומא דהילולא קדישא, וואס איז אויסגעפאלן מיטוואך י"ח סיון. די סעודת הילולא רבתי איז געפראוועט געווארן אין די זאל פון ביהמ"ד קופולוביץ אין בני ברק, וואו עס זענען געהערט געווארן הערליכע דרשות פון אדמורי"ם ורבנים חשובים ביי וועלכע מען האט דערמאנט דעם רבינס פעולות לחיים עלי אדמות, עס הא


היסטארישע "לימוד ש"ס על קברו" אין שטאט ראדאשיץ און סיום הש"ס וסעודת הילולא אפגעראכטן אין פרעכטיגן "בנין לאנדא"
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


הונדערטער תשובי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלמה ב.,JDN די געשפרעך פונעם טאג אין בארא פארק איז נאך אלס, די גאר געהויבענער שבת וואס איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן ממלל רברבן הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב וועלכער איז געקומען צו פארן משפיע צו זיין מהודו אויף די גאנצע שטאט. די קלימאקס פונעם שבת איז געווען, ביי שלש סעודות וואס דער משפיע האט אפגעראכטן, אין די גרויסע זאלן פון עידן פעלעעס וואו עס האבן זיך באטייליגט שווערע הונדערטער אידן בליעה"ר, עד אפס מקום שו


האד' מסערדאהעלי באזוכט בבתי האדמור"ים אין ארצינו הקדושה | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן - אמ''ש דורכאויס דעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אין ארה"ק האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט צו באזוכן בבתי האדמור"ים וגדולי ישראל וואו עס איז פארצויגן געווארן הערליכע שמועסן דברי תורה וסיפורי צדיקים. אינצווישן אנדערע האט דער רבי באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, האדמור"ים מבעלזא, תולדות אברהם יצחק, און נאך. אויך זענען ארויפגעקומען צום רבי'ן האדמור"ים מתולדו


טויזנטער חסידים לעבן מיט שמחה בבית צדיקים בחצר דאראג
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידי דאראג האבן זיך מיטגעפרייט אין די מאסן ביי די שמחה הרוממה די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א די כלה א טאכטער פון חתנו הרה"צ ר' יעקב ארי' קאסטעליץ שליט""א, זון פון הגה"צ ר' נתנאל יצחק קאסטעליץ שליט"א אבד"ק מחזיקי תורה באלטימאר, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' יוסף יודא קרויס שליט"א ר"מ בישיבת דאראג, איידעם ביי הרה"ג ר' משה פארקאש שליט"א מח"ס עקידת משה, וואס איז געפראוועט געווארן בשמחה ו


שמחה כפולה: מעמד חצי יובל פון ק"ק וויזניץ אין אלעד בשילוב שבע ברכות פון אייניקל ביי האד' מוויזניץ
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך חסידי וויזניץ אין שטאט אלעד האבן די וואך זוכה געווען צו א ביקור הוד פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז ערשינען אין שטאט נאך א לענגערע תקופה וואס דער רבי האט נישט באזוכט אין די קהילות הקודש דחסידי וויזניץ ברחבי ארץ הקודש, לרגל די שמחה כפולה ווען עס איז געפייערט געווארן די שמחת השבע ברכות לנכדתו הכלה, בת בנו הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, אינאיינעם מיטן מעמד "חצי יובל" צו


ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו די בעפארשטייענדע וואלן
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז אריבערגעקומען אויף א באזוך למעון קדשו פון כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אין קרית יואל דער ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי, וועלכע איז געקומען קיין קרית יואל צוליב די בעפארשטייענדע וואלן וואו ער לויפט פאר ווידערוויילונג. דער סטעיט קאמפטראלער איז אריבערגעקומען צום רבין שליט"א צו טרעפן שטיצע ביים היימישן ציבור, און באקומען דעם קרית יואל בלאק וואוט אויף זיין זייט. אנוועזנד ביים שמועס זענען געווען די חשובע עס


הערליכע שמחת החתונה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הרה"צ ר' אברהם שלמה אונגער שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב החסיד ר' שמואל אהרן זיידמאן שליט"א פון בארא פארק, די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק, בהשתתפות א גרויסן ציבור חסידים, מעריצים און גוטע פריינד. בראש המסובים האט באשיינט די געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע האט


בשורות טובות: הגרא"י סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק אריבער ערנסטע הארץ אפעראציע מיט גרויס הצלחה
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט פארמיטאג איז הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאבייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק באפרייט געווארן פון שפיטאל וואו ער איז פארגאנגענעם וואך דאנערשטאג אריבער א הארץ אפעראציע וואס איז בחסדי שמים באקרוינט געווארן מיט הצלחה. די אפעראציע איז געווען פאראויס געפלאנט, אין ליכט פון פארשידענע מיחושים און קאמפליקאציעס וואס דער ראש הישיבה שליט"א האט געליטן אויף די הארץ, און איז דורכגעפירט געווארן דורך די פראפעסארן אין די הדסה עין כרם שפיטאל, א


אידישע ליעזאן צו פרעזידענט טראמפ איז מנחם אבל האד' מסקווירא אויף אינציאטיוו פונעם פרעזידענט
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פאריגן מיטוואך פארמיטאג איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, א פערזענליכן בריוו פונעם אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ יר"ה, אין וועלכן ער דריקט אויס זיינע געפילן פון מיטלייד נאך די פטירה פונעם רבינס איינציגן שוועסטער, הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה. דער בריוו איז איבערגעגעבן געווארן דורך דורך דער אידישער לעיזאן אין די טראמפ אדמיניסטראציע און ספעציעלע געהילף צום פרעזידענט מארטין מארקס וועלכע האלט אן נאנטע פארבינדונגען מיט ד


מעמד קביעת מזוזה פאר נייע אפיסעס פון כולל שומרי החומות אין מאנסי דורך האד' מטאהש
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ די וואך בעת כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט זיך געפינען אין ני יארק האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע אפיסעס פון כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין מאנסי, וואו דער רבי שליט"א וועלכע האלט אן א שטענדיגע קשר אמיץ וחזק מיט די הייליגע צדקה, איז נתכבד געווארן דורך די חשובע עסקנים וגבאי צדקה צו קובע זיין די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פון די אפיס. נאכן קובע זיין די מזוזה האט דער רבי שליט"א


כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א וועט פראווען גייסטרייכן שבת התוועדות מיט קהל עדתו אין קאנעטיקוט
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי סטאניסלאוו, מיטצוהאלטן דעם ערשטמאליגן שבת התוועדות "קהלא קדישא" וואס וועט קומענדיגן שב"ק פרשת שלח-מברכין החודש תמוז, אפגעראכטן ווערן בראשות כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א פון מאנסי. דער שבת וועט געפראוועט ווערן לרגל דעם הרחבת גבולי הקדושה פונעם סטאניסלובער ביהמ"ד "תפארת ישראל" וועלכע איז שוין לאנגע יארן מתנוסס לתפארה אלס הערליכער חסידישער ווינקל אין מאנסי, בהתייסדות אביו כ"ק אדמו"ר מסטאניסלוב זצ"


מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה סערט וויזניץ אין רמת וויזניץ - חיפה
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען די מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה סערט וויזניץ אין רמת וויזניץ אין חיפה, אינצווישן די חתני המקרא איז געווען א בשותפות'דיגע אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וועלכער האט זיך משתתף געווען ביים מעמד און איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד דורך מחותנו האדמו"ר מסערט וויזניץ.


בני ברק: שמחת הברית לנכד האדמור"ים מפרמישלאן - קרעטשניף י"ם - סטראפקוב
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א בן הנולד ביי בנו הרב זאב ארון לייב ראזענבוים שליט"א איידעם ביי הגה"צ רבי דוד שלמה ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף ירושלים, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, דער רך הנולד איז אויך אן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א. די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול פרמישלאן אין בני ברק אין שפיץ פון די געהויבענע זיידע


אוֹר זָרֻעַ לַצַּדִיק • שיינע רבישע חתונה בחצר הקודש סקאליע
מוצאי שב"ק פ' בהעלותך • כ''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום, JDN אין שטאט בארא פארק איז אפגעראכטן געווארן די שמחת הנישואין פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א ראה"כ אור יצחק סקאליע, זון פון הגה"צ ר' חיים מרדכי כ"ץ שליט"א אבד"ק סלאוויטא, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' אברהם אליעזר ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי אדלער זצ"ל אבד"ק מנחה ח


גרויס התעוררות ביים הילולא תניינא פון המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל
מוצאי שב"ק פ' בהעלותך • כ''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה נחום, JDN בהתעוררות רב איז אפגעהאלטן געווארן די הילולא תניינא פון מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלספאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל, ביי וועלכן מ'האט מעלה געווען זכרונו הבהיר אויף א געהויבענעם שטייגער. דינסטאג אוונט איז אפגעהאלטן געווארן די צענטראלע סעודת הילולא בבית מדרשו פונעם משגיח זצ"ל אין בארא פארק, וואו עס האט זיך פארזאמלט א ריזיגער ציבור תלמידים ומעריצים אין שפיץ פון נכדו מ"מ הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"


שרי המלך: אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ מארטין מארקס באזוכט ביי האד' מסאטמאר
פרייטאג פ' בהעלותך • כ' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין די וואך מיטוואך האט דער אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ און פון די הויכראנגיגע באאמטע אינעם ווייסן הויז מארטין מארקס באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נאכן אפשטאטן א לענגערע באזוך אין קרית יואל. העסקן ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט פארגעשטעלט זיינע פילע פעולות לטובת אחינו בני ישראל למען הכלל והפרט, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם פרעזידענט לטובת די רעליגיעזע געברויכן פון אלע בי


bottom of page
