עשירי קודש: צענטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב בני ברק זצ"ל בעל מאורי מרדכי
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
פילצאליגע חסידים ומעריצים האבן מעלה געווען זכרו הבהיר פון כ"ק אדמו"ר בעל מאורי מרדכי מזלאטשוב זצ"ל פון בני ברק, ביי די צענטע יומא דהילולא קדישא, וואס איז אויסגעפאלן מיטוואך י"ח סיון.
די סעודת הילולא רבתי איז געפראוועט געווארן אין די זאל פון ביהמ"ד קופולוביץ אין בני ברק, וואו עס זענען געהערט געווארן הערליכע דרשות פון אדמורי"ם ורבנים חשובים ביי וועלכע מען האט דערמאנט דעם רבינס פעולות לחיים עלי אדמות, עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ רבי אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א אבד"ק שבט הלוי ירושלים וועלכע האט מעלה געווען זכרונות פון די יארן וואס דער בעל ההילולא האט געלערנט אין ישיבת חכמי לובלין אלס תלמיד חביב ביים פוסק הדור דער בעל שבט הלוי, דעם רבינס פלאמעניק כ"ק אדמו"ר מקאליב שליט"א, הגה"צ רבי שלמה לעמבערגער גאב"ד מאקאווא אשדוד, ממשיך דרכו הרה"צ רבי יהודה פרענקל שליט"א אבד"ק זלאטשוב, הגאון רבי שלמה זאלצמאן מקאברין ואבד"ק נווה ירק, און הגאון רבי אשר זעמל ראב שליט"א פון לב השרון.
דער זלאטשובער רבי זצ"ל איז געווען דער בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר המפורסם הרה"ק רבי מיכלע מזלאטשוב זצ"ל פון נתני', און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאליב זצ"ל בעל קול מנחם. ער האט צענדליגע יארן אנגעפירט זיין בית מדרש און הויף אין שטאט בני ברק. ער איז געווען ברייט באקאנט מיט זיין געוואלדיגע אהבת ישראל, ווען טראץ די שווערע צרות און מכאובים וואס ער האט מיטגעמאכט כל ימי חייו, זייענדיג א גרויסע בעל יסורים, האט ער געדינט דעם אייבערשטן במסירות נפש, און אריינגעשיינט א געוואלדיגע שמחה ללא גבול אין אידישע הערצער, און פלעגט ארומפארן משמח זיין חולי ישראל און צובראכענע הערצער.
דער רבי זצ"ל האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין דורות, און זינט זיין הסתלקות מיט צען יאר צוריק י"ח סיון תשע"ו ווערט אנגעפירט יאר יערליך די סעודת הילולא לזכרו הטהור דורך ממשיך דרכו הגה"צ רבי יהודה פרענקל שליט"א אב"ד זלאטשוב וועם דער רבי האט אויפגענומען סוף ימיו, דאס יאר לרגל יובל העשור איז געפראוועט געווארן א גרויסע סעודת הילולא וואו מען האט מעלה געווען זכרו הטהור למען יעמדו ימים רבים.
נאך די סעודת הילולא זענען ארויסגעפארן באסעס צום ציון הק' אויפן בית החיים ותיקים אין נתניה אויסצופויעלן ישועות און רפואות וכל מילי דמיטב אינעם ציון המצוינת וואס רבים וטובים זענען שוין געהאלפן געווארן בזכותו של אותו צדיק דער אוהב ישראל.





























תגובות