האד' מסאטמאר באזוכט אין נייע ביהמ"ד צאנז אין מאנסי בנשיאות האד' מצאנז מאנסי
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום,JDN
פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך געפונען אין שטאט מאנסי האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך אין די נייע צאנזער ביהמ"ד בנשיאות הגה"צ רבי חיים מאיר הלברשטאם האדמו"ר מצאנז מאנסי, וועלכער האט מכבד געווען דעם רבי'ן צו קובע זיין א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פון ביהמ"ד. עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים ביי וועלכן מען האט ארומגעשמועסט סיפורי צדיקים פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע ובניו, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן האדמו"ר מצאנז מאנסי און די גבאי ועסקני הביהמ"ד.











תגובות