טויזנטער חסידים לעבן מיט שמחה בבית צדיקים בחצר דאראג
- לפני 8 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
חסידי דאראג האבן זיך מיטגעפרייט אין די מאסן ביי די שמחה הרוממה די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א די כלה א טאכטער פון חתנו הרה"צ ר' יעקב ארי' קאסטעליץ שליט""א, זון פון הגה"צ ר' נתנאל יצחק קאסטעליץ שליט"א אבד"ק מחזיקי תורה באלטימאר, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' יוסף יודא קרויס שליט"א ר"מ בישיבת דאראג, איידעם ביי הרה"ג ר' משה פארקאש שליט"א מח"ס עקידת משה, וואס איז געפראוועט געווארן בשמחה וצהלה אין בית מדרש הגדול דאראג אין בני ברק.
ביים קבלת פנים איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים הגה"צ רבי שלמה זלמן אונדסדארפער האדמו"ר מזלאזיץ מחותן מצד הכלה, און בדחנא דמלכא ר' יואל פאללאק האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין לעורר הלבבות, בתוך דבריו האט ער דערמאנט די מאמע פון די כלה מרת קרויס ע"ה וועלכע איז אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיה מיט 17 יאר צוריק איבערלאזנדיג נאך זיך א שטוב מיט יתומים, צווישן זיי איר בן זקונים חתן דנן וואס איז אצינד זוכה אריינצוגיין בברית הנישאוין אין די משפחת המלוכה.
ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, עדי קידושין הגאון רבי ישראל יהודה אהרונסון, און הגאון רבי אברהם גומבו, קריאת הכתובה הגאון רבי נפתלי האפמאן דומ"ץ בעלזא הר יונה, א פעטער מצד החתן, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס מצד החתן, און אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א א מחותן מצד הכלה, און הגה"צ רבי מנחם מענדיל טאבאק רב חסידי וויזניץ אין עפולה, ברכה אחריתא דער זיידע הגאון רבי נתנאל יצחק קאסטעליץ רב דקהל מחזיקי תורה אין באלטימאר.
בשעת דער רבי שליט"א איז ערשינען צום סעודת החתונה האט מען געזינגען פילע ניגוני יום טוב פורים לרגל כ"ג סיון דיום אגרות שניות בימי מרדכי ואסתר, און נאך פילע ניגוני שמחה. במשך די שמחה האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פאנאוויטש, האדמורי"ם מפיטסבורג, שבט הלוי, סטראפקוב, קאזמיר, ביאלא פשיסחא, נדבורנא אראד, הגה"צ רבי וועלוועל ארנסטר אב"ד מאור חיים ירושלים, הרה"צ המשפיע רבי אהרן טויסיג, און מערערע אישי ציבור צווישן זיי הרב שמואל רבינוביץ, ר' יצחק גולדקנופף, ר' מוטי בבציק און נאך.
נאכן בענטשן איז די גאנצע ציבור דורך וואנטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים, און מען האט ממשיך געווען מיט ריקודין לכבוד שמחת חתן וכלה, דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום מעמד המצווה טאנץ, ווען נאך די ריקודין פון די זיידעס משני הצדדים האט הרה"ח ר' מאיר אלי' מאשקאוויטש אויפגערופן דעם דאראגער רבי'ן שליט"א צו די עבודת הריקודין, דער רבי שליט"א האט צוערשט געוואנטשן לחיים לכל הקודש און אפגעראכטן די ריקודין של מצווה בעת די ציבור חסידים הייבן זיך טפחיים מעל הקרקע, און דערנאך געטאנצן באזונדער מיט די חתן און מחותנים.











































































































































