גרויס התעוררות ביים הילולא תניינא פון המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל
- לפני 2 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' בהעלותך • כ''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה נחום, JDN
בהתעוררות רב איז אפגעהאלטן געווארן די הילולא תניינא פון מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלספאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל, ביי וועלכן מ'האט מעלה געווען זכרונו הבהיר אויף א געהויבענעם שטייגער.
דינסטאג אוונט איז אפגעהאלטן געווארן די צענטראלע סעודת הילולא בבית מדרשו פונעם משגיח זצ"ל אין בארא פארק, וואו עס האט זיך פארזאמלט א ריזיגער ציבור תלמידים ומעריצים אין שפיץ פון נכדו מ"מ הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א און די קינדער פונעם בעל ההילולא, חתנו כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א, חתנו הגאון רבי חיים ראזנבערג שליט"א ראש ישיבת שערי יושר און די אנדערע קינדער.
באזונדער האבן זיך אנגעזען פילע רבנים שליט"א פון שטאט וואס האבן אלע יארן אנגעהאלטן א נאנטן קשר מיטן משגיח זצ"ל בעניני הכלל והפרט, און זענען געקומען מיטהאלטן די סעודת הילולא.
במשך די סעודה האט מען געזינגן ניגוני התעוררות ודביקות, און מ'האט געהערט די שיינע דרשות צוערשט פון הרב שלמה ראזנבערג נכדו ויד ימינו פונעם משגיח, וועלכער האט דערציילט א שלל פון זכרונות און אומבאקאנטע סיפורים וואס ער האט מיטגעהאלטן אין די יארן וואס ער האט געהאט די זכיה משמש צו זיין דעם גרויסן זיידן, דערנאך האט מען געהערט א שיינעם דרשה פונעם מגיד מישרים הרה"ג ר' פישל שעכטער שליט"א א נאנטער תלמיד פונעם בעל ההילולא, וואס האט ארומגערעט איבער די עבודה וואס מען האט צוגעזעהן ביים משגיח נאך אין די יונגע יארן, און דערמאנט זיין כח התורה, עבודת התפילה און בין אדם לחברו.
דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברות קודש, זייענדיג מאריך במשנתו של זקינו בעל ההילולא זצ"ל, בסיום דבריו האט דער רב שליט"א ממנה געווען א נייע דיין אין די קהילה ה"ה הרה"ג ר' אהרן לעזער שליט"א זון פון הרבני החסיד ר' שלמה לעזער הי"ו מנכבדי ק"ק אמונת ישראל, וואס וועט פון היינט אן פסקנען שאלות פאר די חברי הקהילה מיטן האפענונג און די נאנטע תקופה צו קענען אויפנעמען נאך דיינים להורות לעם את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
במקום מנוחת קדשו אין טבריה איז געפראוועט געווארן די יארצייט אין שפיץ פון בנו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אבד"ק אמונת ישראל מאנסי, אנגעהויבן מיט תפילת שחרית אין טבריה וואו עס האבן מיטגעדאוונט די חברי ק"ק אמונת ישראל פון ירושלים, ביתר און אנדערע מקומות. דערנאך איז מען אינאיינעם ארויף צום ציון הק' אויפן איר אלטן בית החיים אין טבריה און מ'האט איינגעריסן אויף ישועות ורפואות להפקד בדבר ישועה ורחמים.
נאכן עלייה לציון איז אפגעראכטן געווארן די סעודת ההילולא נישט ווייט פונעם ציון הק' וואו מען האט געהערט שיינע דרשות דורכן רב שליט"א און נאך חשובע תלמידים וועלכע האבן מיטגעטיילט פערזענליגע זכרונות און סיפורים פונעם בעל ההילולא. דורכאויס זיין באזוך אין ארץ ישראל האט דער רב שליט"א אפגעראכטן ביקורי נימוסין בבתי גדולי ישראל, ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ידיד בית אבא וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און זכרונות פונעם משגיח.












