כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א וועט פראווען גייסטרייכן שבת התוועדות מיט קהל עדתו אין קאנעטיקוט
- 8 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי סטאניסלאוו, מיטצוהאלטן דעם ערשטמאליגן שבת התוועדות "קהלא קדישא" וואס וועט קומענדיגן שב"ק פרשת שלח-מברכין החודש תמוז, אפגעראכטן ווערן בראשות כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א פון מאנסי.
דער שבת וועט געפראוועט ווערן לרגל דעם הרחבת גבולי הקדושה פונעם סטאניסלובער ביהמ"ד "תפארת ישראל" וועלכע איז שוין לאנגע יארן מתנוסס לתפארה אלס הערליכער חסידישער ווינקל אין מאנסי, בהתייסדות אביו כ"ק אדמו"ר מסטאניסלוב זצ"ל און איז די לעצטע יארן שוין אויסגעוואקסן דעם גרויסן ציבור וואס קומט כסדר מיטצוהאלטן די תפלות און טישן פון רבי'ן שליט"א.
ווי שוין באריכטעט האט מען א צייט צוריק שוין אומגעווארפן דעם בנין הביהמ"ד, סותר על מנת לבנות א נייעם שיינעם היכל ביהמ"ד, און לרגל דעם הרחבת גבולי הקדושה וועט אפגעראכטן ווערן דער גרויסער שבת התוועדות, ביי וועלכן מ'וועט מיטהאלטן די געהויבענע תפלות און טישן בצלו פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלוב שליט"א. ארגינעל האבן די עסקנים געוואלט פלאנירן דעם שבת בלויז פאר נגידים, אבער דער רבי שליט"א האט קאטעגאריש אפגעזאגט דעם רעיון און געהייסן אפרעכטן דעם שבת פאר כל הקהל הקודש אן אויסנאם.
דער גאנצער שבת וועט אפגעראכטן ווערן אינעם גרויסן קאמפלעקס "ארמון האטעל" אין סטעמפארד, קאנעטיקוט, און די עסקנים לייגן אריין גרויסע כחות צו קענען אויפנעמען דעם ברייטן ציבור חסידים ומעריצים וואס זענען דערווארטעט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש.





תגובות