אוֹר זָרֻעַ לַצַּדִיק • שיינע רבישע חתונה בחצר הקודש סקאליע
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שב"ק פ' בהעלותך • כ''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום, JDN
אין שטאט בארא פארק איז אפגעראכטן געווארן די שמחת הנישואין פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א ראה"כ אור יצחק סקאליע, זון פון הגה"צ ר' חיים מרדכי כ"ץ שליט"א אבד"ק סלאוויטא, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' אברהם אליעזר ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי אדלער זצ"ל אבד"ק מנחה חדשה דזיקוב וויזניץ, די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חינקא אין בארא פארק, וואו פילע חסידים ומעריצים האבן זיך משמח געווען ביי די שיינע רבישע חתונה.























