top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה כפולה: מעמד חצי יובל פון ק"ק וויזניץ אין אלעד בשילוב שבע ברכות פון אייניקל ביי האד' מוויזניץ

  • 9 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

חסידי וויזניץ אין שטאט אלעד האבן די וואך זוכה געווען צו א ביקור הוד פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז ערשינען אין שטאט נאך א לענגערע תקופה וואס דער רבי האט נישט באזוכט אין די קהילות הקודש דחסידי וויזניץ ברחבי ארץ הקודש, לרגל די שמחה כפולה ווען עס איז געפייערט געווארן די שמחת השבע ברכות לנכדתו הכלה, בת בנו הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, אינאיינעם מיטן מעמד "חצי יובל" צו פייערן די גלאררייכע עקזיסטענץ פון די מוסדות הקדושים דחסידי וויזניץ אין שטאט דורכאויס די לעצטע פינף-און-צוואנציג יאר.

דער מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן שטאטישן אודיטאריום, באשיינט דורך אלע רבני ואדמו"רי העיר אלעד, אינאיינעם מיט כל קהלא קדישא חסידי וויזניץ תושבי העיר, הקטנים עם הגדולים.


א קאפעליע בעלי מגננים האבן מהנה געווען דורכאויס די מעמד, מיט ווארעמע און פרייליכע ניגונים, בשעת דער רבי האט מעודד געווען די ריקודין מיט גרויס ברען און התלהבות כדרכו.


במשך דעם מעמד האבן די באטייליגטע געהאט די זכיה צו הערן דברי ברכה פון הגאון רבי זושא הורוויץ רב קהילות החסידים אין אלעד און פון הגאון רבי שמואל דוד טעסלער רב דקהילת אמרי חיים וויזניץ, וועלכע האבן ארוסגעהויבן לשבח די קהילה און מוסדות וויזניץ המעטירה אין שטאט אלעד. באזונדער האט דער מנכ"ל המוסדות, הרב חיים מאיר כץ איבערגעגעבן א ברייטע באריכט איבער די אנטוויקלונג פון די חינוך אימפעריע פון די וויזניצער מוסדות אין אלעד זינט איר גרינדונג, שילדערנדיג די בליה און וואוקס פון די מוסדות בכמות ובאיכות דורכאויס די חצי יובל.

א התרגשות'דיגע מאמענט איז געווען ווען די בחורים תלמידי ישיבת "תורת חיים" וויזניץ האבן איבערגעגעבן קמיה מלכא, א "מנחת ביכורים" פון טויזנטער שעות רצופות לימוד התורה וואס זיי האבן געלערנט אלס מתנת קודש פארן רבי'ן לכבוד די שמחה.


די צענטראלע דרשה איז געהערט געווארן דורך דעם רב הקהילה, הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א, וועלכער האט בתוך דבריו איינגעפירט א ספעציעלע "תקנה" פאר אלע אברכי ובחורי הקהילה, צו לערנען און חזר'ן מסכת סוכה אלס זכות לרפואתו השלמה והאיתנה פונעם רבי'ן שליט"א ביז צום קומענדיגן ירח האיתנים.


די זאל איז געווארן איינגעהילט אין א התלהבות דקדושה בשעת דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט צו א ריקוד נלהב אויפן ניגון 'יש בורא עולם' טאנצנדיג מיט גרויס התרגשות אחוז בשרעפי אש קודש, און אינצווישן געלאזט הערן דברים נרגשים איבער די תפקיד פון יעדן איד צו העלפן א צווייטן און שטענדיג טראכטן פונעם אנדערן. דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד מיט זיין זון דער רב הקהילה, און געשאנקען ווערדפולע מתנות פאר די חשובע עסקנים וואס גיבן זיך אוועק בלב ונפש פאר די הצלחה פון די קהילה און מוסדות אין שטאט אלעד.


צום שלוס פונעם מעמד, נאכן בענטשן און שבע ברכות, איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד אבן הפינה פארן נייעם פליגל פון די "קינדער גארטן" פון די בנות ישראל הכשרות אין די מוסדות אין אלעד וואס ווערט יעצט געבויט מיט גרויס אימפעט, דער רבי שליט"א האט געגאסן די צעמענט און דערנאך מכבד געווען די חשובע עסקנים צו גיסן. דאן האט דער רבי פארלאזט דעם מעמד איבערלאזנדיג א טיפן רושם אויף אלע משתתפים חברי הקהילה וואס זענען אהיים מיט אנגעפולטע באגאזשן פון חיזוק און שמחה דקדושה.



bottom of page