top of page
סיומי מסכתא מוצאי תשעה באב בחצה"ק באבוב-45 דורך 144 בחורים; יחידי סגולה מיטגעהאלטן א נאכטמאל ביים רבי'ן
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ד. ה. כרם - אייזיק ג. דעם מוצאי תשעה באב האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אפגעראכטן שולחנו הטהור אינאיינעם מיט ארום 150 בחורים תלמידי המתיבתא פון שיעור ג' און העכער וועלכע האבן מסיים געווען מסכתות, א קיימא לן פון עטליכע מאל גאנץ ש"ס, נאך די סיומי מסכתות וואס האט זיך פארצויגן ארום א דריי פערטל שעה האט מען געזונגען ניגוני תורה און ניגוני גאולה וכיסופין צום גאולה שלימה מאוצר הטוב לבית באבוב. דער רבי האט דערנאך משמיע געו


האד' מבאבוב וועט פראווען שבת פ' ראה אין מתיבתא קעמפ אין פענסילוועניע אויסשליסליך מיט די תלמידי הישיבה
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש די בחורי חמד תלמידי המתיבתא עץ חיים דבאבוב זענען דעם זונטאג געכאפט געווארן אין איבערראשונג ביים ערהאלטן די פריידיגע בשורה אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט ארויסקומען קיין פענסילוועניע, אויף דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת ראה הבעל"ט, לעשות את השבת אין קעמפ און דערביי פארברענגען אינאיינעם מיט תלמידיו הקרוים בנים. די פריידיגע בשורה רופט ארויס גרויס התרגשות ביי די תלמידים, נאך א צייט אפשניט פון פיר יאר וואס דער רב שליט"א האט דאס לעצטע מא


בארא פארק: תשעה באב בחצר הקודש בית חיים יהושע
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN


לילה כיום יאיר: פייערליכע סעודת הודאה בחצר הקודש סקולען מאנסי מוצש"ק נחמו עד עלות הבוקר
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעלעבט א ליכטיגע נאכט פון תנו שבח ושירה ביי די פייערליכע סעודת הודאה מוצש"ק נחמו בחצר הקודש סקולען מאנסי, וואס איז פאראיבער מיט א זעלטענע געהויבנקייט און לענגערע שעה'ן התרוממות הנפש, און זיך פארצויגן ביז שוין נאך פינעף אזייגער זונטאג פארטאגס. די געהויבענע ימי ההודאה האט זיך שוין אנגעהויבן שבת קודש, וואו א גרויסן ציבור חסידים און געסט האבן זיך מסתופף געווען בצל הקודש


האד' מטשערנאוויץ באזוכט אין מחנה באר החיים אין די קאנטרי | בילדער
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אבורמי ווייס,JDN


האד' מדושינסקיא נעמט אויף חתנו הגדול הגה"צ ר' שמואל זלמן שפיטץ שליט"א אלס רב ואבד"ק דושינסקיא אין הר יונה
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערגיסענדע פרייד איז אויפגענומען געווארן צווישן חסידי דושינסקיא די בכל אתר ואתר און תושבי הר יונה בפרט, די ידיעה מרנינה, אז בהורמנא דמלכא פון כ”ק אדמו”ר מדושינסקיא שליט”א איז אויפגענומען געווארן חתנו הגדול הגה"צ רבי שמואל זלמן שפיטץ שליט"א לכהן פאר צו דינען אלס רב פון קרית דושינסקיא המעטירה אינעם נייעם חסידישן ישוב הר יונה. די דושינסקיא קהילה אין הר יונה ציילט היינט צוטאגס איבער הונדערט משפחות אין צוגאב צו נאך 150 משפחות וועלכ


שמחת הברית פון אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פארגעקומען אין בני ברק
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, אייניקל פון זיין זון הרה"צ ר' מרדכי שרגא פייוויש לעמבערגער שליט"א, איידעם ביי זיין פעטער הגה"צ ר' משה אשרי שליט"א, איידעם ביי הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, בן הנולד ביי זיין זון הרב נתן נטע לעמבערגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא בני ברק שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד מאקאווא אין בני ברק אין שפיץ פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק גאב"ד מא


חו"פ הגה"צ רבי שמואל מאיר בלום שליט"א זון פון הגה"ק בעל ברכת שמים מקאשוי זצ"ל אויפגענומען אלס גאב"ד קרית קאשוי
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם שבת איז פארגעקומען די מעמד הכתרה אין דעם שיינעם חסידישן שטעטל אין קרית קאשוי, שטייענדיג פיר חדשים נאך דער הסתלקות פון הגה"צ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל, גאב"ד קרית קאשוי, ווען די כסא הרבנות איז געשטאנען ליידיג שאפנדיג א גרויסן חלל, האבן די ראשי הקהילה, צוזאמען מיט די עלטערע תושבים פון שטעטל, מכתיר געווען אלס מרא דאתרא דעם עלטערן ברודער פונעם רב ז''ל, הגה"צ רבי שמואל מאיר בלום שליט"א, דער דריטער זון פון כ"ק אדמו"ר


אֵין מְנַחֵם לָהּ • תשעה באב ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ - JDN


נַחְפְּשָׂה דְרָכֵינוּ וְנַחְקֹרָה • תשעה באב בחצר הקודש ראחמיסטריווקא
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער - JDN


העלישע פייער פארניכטעט מתחם הציון פון הייליגן בעל התניא זי"ע אין האדיטש, אוקריינע
מוצאי שבת פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם שבת ביים מתחם הציון פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע אין שטעטל האדיטש, אוקריינע, און האט פאראורזאכט שווערע שאדן צו עטליכע געביידעס אינעם קאמפלעקס, אריינגערעכנט דעם צענטראלן בית המדרש און די בניני הכנסת אורחים, סמוך ונראה צום ציון הק' וועלכע זענען גענצליך פארניכטעט געווארן. די פייער האט זיך אנגעהויבן פרייטאג צונאכטס ארום 11:30 ביינאכט, לאקאלע פייערלעשער און רעטונגס לייט זענען אין איילעניש אנגעקומע


דַרְכֵי צִיּוֹן אֲבֵלוֹת • תשעה באב בחצר הקודש דושינסקיא
מוצאי שבת פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער - JDN


האד' מסקולען באזוכט אין מחנה צעהלים לרגל הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע
דאנערשטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וועלכער האלט זיך אויף דורכאויס די זומער וואכן אין מחנה מראה יחזקאל קארלסבורג אין די קאנטרי, איז דעם מוצאי שבת אריבערגעפארן צום מחנה ערוגת הבושם צעהלים אויף די איינלאדענונג פון די הנהלה פון די צעהלימער ישיבה, וואו דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים מלוה מלכה רבתי לקראת די הילולא קדישא פונעם הייליגן ערוגת הבושם זי''ע, פון וועם דער סקולענער רבי שליט"א איז אן אייניקל מצד אביו כ"ק אדמו"ר


בדרך האבות: האד' מקרעטשניף כפר עטה אויף א נסיעה לערי אבותיו אין אייראפע
מיטוואך פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש געהויבענע ימי תפילה אנגעזאפט מיט התעלות והתרוממות זענען פאריבער אויף די משתתפי מסע הקודש 'שווערע קוויטלעך' בראשות כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א וועלכער האט אונטערגענומען א נסיעה פוקד צו זיין די מקומות הקדושים און קברי אבות אין אייראפע, און בפרט דעם ציון הק' פונעם זיידן דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע מנאדווערנא זי"ע אין די מסוגלדיג'ע ניין טעג. דינסטאג מיטאג האט זיך דער רבי שליט''א ארויסגעלאזט קיין אייראפע אויף א פריוואטן פארנע


המשפיעים נועדו: שמחת הברית פון נכד הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן בבית מדרשו פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב איז היינט פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אייניקל פונעם משפיע, בן הנולד ביי זיין זון הרה"ג ר' גדלי' זילבערבערג שליט"א. בהדרת כבוד האט מען ענטפאנגען די זקני ירושלים נקיי הדעת, דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב און המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירטה שליט"א. דער משפיע רבי צבי מאיר האט זיך ב


מקח געשלאסן אויף גרויסן בנין אין אנטווערפן פאר נייעם ביהמ"ד דחסידי וויזניץ בנשיאות האד' מוויזניץ לאנדאן
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות איז אויפגענומען די פרייליכע בשורה צווישן חסידי וויזניץ אין שטאט אנטווערפן, ההולכים לאורו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, איבער דעם מקח אין וועלכן מען איז אריין בשעה טובה, אפצוקויפן א בנין רחבת ידים אין הארץ פון דער היימישער געגנט אין אנטווערפן, וואו עס וועט בעזרת השם אויפגעבויט ווערן דער נייער וויזניצער בית המדרש, על שמו ולזכרו פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל. שוין עטליכע יאר וואס די וויזניצער אינג


האד' מוויזניץ שרייבט אונטער אויף 'מצוה צעטיל' פון אור אייניקל נאכן פארהערן לימודי ת"ת
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג אינדערפרי האט איינע פון די מלמדים פון תלמוד תורה וויזניץ אשדוד ערהאלטן א איבערראשענדע מצוה צעטיל פון איינס פון זיינע תלמידים, אן אור אייניקל פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א לרפו"ש, וואס איז געווען אונטערגעשריבן בחתימת יד קדשו פון זיין עלטער זיידע דער וויזניצער רבי ווי ער איז מעיד אויף דעם הצטיינות פון זיין באליבטן אייניקל נאכן אים פארהערן אויף גאנץ מסכת ברכות. ווי שוין איינגעפירט אין אלע דורות, קומען די קינדער אין חדר נא


אלפי ישראל וועלן זיך מיטפרייען ביי סעודת הודאה פון צדיקי בית סקולען בחצר הקודש סקולען מאנסי
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי שמחה גרייטן זיך אלפי תושבי ניו יארק און בפרט תושבי מאנסי והגלילות אפצוגעבן א שבח והודאה להשי"ת אויף די גרויסע חסדים בהצלת צדיקי בית סקולען זצוק"ל, ביי די גרויסארטיגע סעודות הודאה וואס וועט אפגעראכטן ווערן בחצר הקודש סקולען אין מאנסי. דער זמן פון "מוצאי שבת נחמו" גייט שוין יארן לאנג סינאנים ביי חסידים ואנשי מעשה, מיטן נאמען "סקולען" זייענדיג די גורל'דיגע נאכט ווען דער ראש השושלת כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצוק"ל


תושבים פון נייעם ישוב אין עמנואל מיטגעהאלטן יסודות'דיגע שיעור בהנהגת הבית איבערגעגעבן דורך האד' מסקולען ירושלים
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN די איינוואוינער פונעם אויפבליענדן חסידישן ישוב אין דער שטאט עמנואל האבן פארגאנגענעם ליל שישי מקבל געווען פני כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטעטל איבערצוגעבן די בארימטע שיעורים בהנהגת הבית היהודי. דער באזוך איז געקומען נאך א ספעציעלע בקשה מצד די רבני העיר און די פילע תושבים, וואס האבן ארויסגעקוקט צו הערן די קלארע דיבורים והדרכות פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער איז באקאנט מ


האד' מסקולען לעיקוואד באזוכט אין אכסניא פון האד' מקאלוב אין שטאט לעיקוואד
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג איידער כ''ק האדמו''ר מקאלוב שליט''א לרפואה שלימה האט פארלאזט לעיקוואד, איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן אין די אכסניא בבית חתנו הגה"צ אבד"ק שמן למנחה נאדפאלי שליט"א, כ''ק האדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכער שמועס בעניני רפואה, און דערביי האט דער סקולענער רבי ארויסגעהויבן די פעולות לטובה פונעם קאלובער רבי'ן שליט"א איבער דער גאנצער וועלט צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים


bottom of page
