top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סיומי מסכתא מוצאי תשעה באב בחצה"ק באבוב-45 דורך 144 בחורים; יחידי סגולה מיטגעהאלטן א נאכטמאל ביים רבי'ן

  • 28 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ד. ה. כרם - אייזיק ג. 

דעם מוצאי תשעה באב האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אפגעראכטן שולחנו הטהור אינאיינעם מיט ארום 150 בחורים תלמידי המתיבתא פון שיעור ג' און העכער וועלכע האבן מסיים געווען מסכתות, א קיימא לן פון עטליכע מאל גאנץ ש"ס, נאך די סיומי מסכתות וואס האט זיך פארצויגן ארום א דריי פערטל שעה האט מען געזונגען ניגוני תורה און ניגוני גאולה וכיסופין צום גאולה שלימה מאוצר הטוב לבית באבוב. דער רבי האט דערנאך משמיע געווען דברות קודש און בתוך דבריו ארויסגעברענגט זיין גרויס קורת רוח און התפעלות פון די חשובע בחורים און מאריך געווען מיט דברי חיזוק פאר די בחורים בעניני לימוד וקנין תורה, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען בנו הרה"צ רבי חיים בן ציון אונגער שליט"א.

כמדי שנה בשנה אין די ניין טעג האבן א צאל בחורים תלמידי המתיבתא ד'באבוב 45 געהאט די ספיציעלע פריווילעגיע מיטצוהאלטן א נאכטמאל אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א, וואס וויילט אין די יעצטיגע וואכן צווישן די תלמידי הישיבה אין מחנה מתיבתא אין פארקסוויל.


אזוי ווי דער מנהג איז ביי אדמור"י בית באבוב איז געווען צו מאכן א סיום און עסן פלייש אין די ניין טעג ביז ז' אב, האבן זיך די בחורים שוין געגרייט פאר לענגערע חדשים כדי צו מסיים זיין א מסכת אין לויף פון די ניין טעג, לויט א באשטימטן סדר.


דאנערשטאג דברים ווען דער רבי איז אנגעקומען בשערי המחנה איז פארגעקומען ביים רבי'ן סיומי מסכתות דורך דריי בחורים תלמידי שיעור א', זונטאג ואתחנן ביינאכט דורך דריי בחורים תלמידים פון שיעור ב', און מאנטאג ביינאכט דורך זעקס תלמידים פון ישיבות קטנות תפארת שלמה און קדושת שלמה וואס האבן זוכה געווען בגורל צו קומען צום רבי'ן אפרעכטן א סיום מסכתא אין באגלייטונג פונעם רבי'נס עלטסטע זון הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א ראש ישיבות קטנות באבוב 45, דערנאך האבן די בחורים געהאט די געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות ביים רבין בעניני עבודת השם ווי די רבי האט געעפנפערט אויף די שאלות בטוב טעם ודעת פאר א לענגערע צייט.


תגובות


bottom of page