top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב וועט פראווען שבת פ' ראה אין מתיבתא קעמפ אין פענסילוועניע אויסשליסליך מיט די תלמידי הישיבה

  • לפני דקה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

די בחורי חמד תלמידי המתיבתא עץ חיים דבאבוב זענען דעם זונטאג געכאפט געווארן אין איבערראשונג ביים ערהאלטן די פריידיגע בשורה אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט ארויסקומען קיין פענסילוועניע, אויף דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת ראה הבעל"ט, לעשות את השבת אין קעמפ און דערביי פארברענגען  אינאיינעם מיט תלמידיו הקרוים בנים.

די פריידיגע בשורה רופט ארויס גרויס התרגשות ביי די תלמידים, נאך א צייט אפשניט פון פיר יאר וואס דער רב שליט"א האט דאס לעצטע מאל געפראוועט א שבת אינעם קעמפ וואס איז סטאנציאנירט אין פאקאנאס פענסילוועניע, וועט מען אצינד ווידער האבן די זכי' מיטצוהאלטן אן אויסשליסליכע שבת בצל קודש.


דעם זונטאג איז דער מנהל המתיבתא הרב דוד אשר מאנדלבוים אינאיינעם מיטן מנכ"ל הרב דוד זושא געללער אראפגעפארן קיין ווייטלעיק, וואו דער רב שליט"א האלט זיך אויף דורכאויס די זומער און פערזענליך איינגעלאדענט דעם רב שליט"א אויף שבת, און נאכן הערן די גוטע גריסן איבער די הצלחה'דיגע זומער זמן אין די מתיבתא האט דער רב שליט"א נעתר געווען לבקשתם און אנגענומען די הזמנה.

אין די קורצע צייט פארבליבן צום געהויבענעם שבת וועט מען רענאווירן דעם רבינס באנגעלאו אינעם קעמפ, און די פריוואטע מקוה, וואס איז שוין נישט געווען אין באנוץ עטליכע יאר, און גלייכצייטיג גרייטן זיך די בחורים בהכנה דרבה צו דעם שבת, מיטן ספעציעלן מבצע מחזק צו זיין דעם פארטאגס סדר וואס דער רב שליט"א טוט כסדר מעורר זיין דעם ענין פאר די בחורים.





bottom of page