העלישע פייער פארניכטעט מתחם הציון פון הייליגן בעל התניא זי"ע אין האדיטש, אוקריינע
- לפני 5 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שבת פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם שבת ביים מתחם הציון פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע אין שטעטל האדיטש, אוקריינע, און האט פאראורזאכט שווערע שאדן צו עטליכע געביידעס אינעם קאמפלעקס, אריינגערעכנט דעם צענטראלן בית המדרש און די בניני הכנסת אורחים, סמוך ונראה צום ציון הק' וועלכע זענען גענצליך פארניכטעט געווארן.
די פייער האט זיך אנגעהויבן פרייטאג צונאכטס ארום 11:30 ביינאכט, לאקאלע פייערלעשער און רעטונגס לייט זענען אין איילעניש אנגעקומען אויף די סצענע און געארבעט לאנגע שעות איבערקומען די העלישע פלאמען, בחסדי השי"ת האבן מען באוויזן ארויסצוראטעווען די ספרי תורה באצייטנס, און אלע מתפללים זענען עוועקואירט געווארן פון די געביידע.
די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג איבער די אורזאך פון דעם פייער, לויט די ערשטע אפשאצונגען האט זיך די שריפה מעגליך אנגעהויבן פון אן עלעקטרישן קורצשלוס.
דער קאמפלעקס ביים ציון הק' אין האדיטש, איז געבויעט געווארן אין יאר תשע"ג, און דינט רונדע דעם יאר די טויזנטער אידן פון איבער דער וועלט, וועלכע קומען צו פארן דעם לאנג וועג פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן בעל התניא, מיט א ביהמ"ד, מקוה טהרה, און אש"ל מלא מיט אלע צוגעהערן.
די פייער שאדן ווערט געשאצט אויף שווערע מיליאנען און די פארוואלטונג פונעם מתחם הציון, אין שפיץ פונעם שליח חב"ד הרה"ח ר' שניאור דייטש הי"ו, פלאנירן שוין צוריק אויפצובויען די געשעדיגטע געביידעס, כדי צוריקצוברענגען דאס בית המדרש און הכנסת אורחים צום דינסט ווי אינגיכן.








תגובות