לילה כיום יאיר: פייערליכע סעודת הודאה בחצר הקודש סקולען מאנסי מוצש"ק נחמו עד עלות הבוקר
- לפני 22 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום
פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעלעבט א ליכטיגע נאכט פון תנו שבח ושירה ביי די פייערליכע סעודת הודאה מוצש"ק נחמו בחצר הקודש סקולען מאנסי, וואס איז פאראיבער מיט א זעלטענע געהויבנקייט און לענגערע שעה'ן התרוממות הנפש, און זיך פארצויגן ביז שוין נאך פינעף אזייגער זונטאג פארטאגס.
די געהויבענע ימי ההודאה האט זיך שוין אנגעהויבן שבת קודש, וואו א גרויסן ציבור חסידים און געסט האבן זיך מסתופף געווען בצל הקודש ביי די תפילות און טישן וואס איז געווען א חטיבא אחת פון דביקות והתרוממות הנפש. דער וועד האש"ל דק"ק סקולען מאנסי האט צוגעשטעלט אש"ל מלא, אריינגערעכנט סעודות שבת קודש, און אכסניות פאר די צענדליגער געסט. במשך די טישן האט דער סקולענער רבי געשילדערט די גרויסע נסים בימים ההם בזמן הזה, און ארויסגעברענגט דעם שבח והודאה. במשך די טישן האט מען כסדר געזונגען ניגוני הלל והודאה, צו דאנקן און לויבן אויף די גרויסע ניסים.
דער מעמד ההודאה לרגל הצלה מוצאי שבת קודש איז היי יאר פארגעקומען אויף א גרעסערן פארנעם ברוב עם הדרת מלך אין די זאלן פון עטרת חיה שרה אין מאנסי וואס איז געווארן אויסגעשטעלט מלא על כל גדותיו מיט די מאקסימום זיץ פלעצער און הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו קענען אקאמאדירן דעם מאסן פלייץ חסידים ומעריצים, וואס זענען געקומען מיטהאלטן די מעמד ההוד וואס איז געווען איין לאנגע קייט פון שירות ותשבחות לקל חי.
בשעה 1:00 נאך חצות הלילה איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל און זיך תיכף ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין זייענדיג מפזז ומכרכר בכל עוז להודות ולהלל לה' אויף די גרויסע ניסים און חסדים עצומים, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודתא דדוד מלכא משיחא, און מען האט געזינגען די זמירות מלווה מלכה.
אויפן אויבן אן האבן באשיינט די אדמור"י ורבני העיר צווישן זיי: האדמור"ים מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, פארשעי, סטרעליסק, ספינקא מאנסי, אבד"ק סאנטוב, אבד"ק ווענגרוב, אבד"ק בארדישטוב און נאך פיל.
אינצווישן די שירות ותשבחות האט די קאפעליע געזונגען א רייע אלטע אומבאקאנטע ניגונים וואס די סקולענער צדיקים האבן פארפאסט אין די שווערע תקופות און אין די שפעטער'ידע זמנים.
בין גברא לגברא האט דער רבי שליט''א משמיע געווען יסודות'דיגע דברות קודש והדרכה במשנתם של בעלי הנס זי"ע, דער רבי האט ארומגערעט איבער די שווערע מיטמאכענישן אין די תפיסות, און די אומגעהויערע מסירות נפש מיט וואס די הייליגע נועם אליעזר און די פאטער דער מאור ישראל האבן געקעמפט ממשיך צו זיין אידישקייט אונטער די אייזערנע פארהאנג, ביז דער רבונו של עולם האט זיי ארויס מאפילה לאור גדול.
בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א זיך אפגעשטעלט און אויסגעלערנט פאר'ן עולם א ניגון, אויף די ווערטער "ויזעקו אל ה' בצר להם ויוציאם מחשך וצלמות", "יודו לה' חסדו", וואס דער טאטע דער מאור ישראל האט פארפאסט אין איינע פון די גאר שווערע זמנים אלס א הודיה למפרע ווען ער וועט ארויסקריכן פון די אלע צרות.
דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען די ניגוני קודש לבית סקולען, די אויסגעווייקטע ניגון 'יוודע בגוים' מיט גרויס בכיות, און די ניגוני הודאה, אודה און אודך ה' מיט גרויס השתפכות הנפש. עס האט נאכגעפאלגט מיט פרייליכע טענץ אויף ניגוני שבח והודאה פונעם סקולענער אוצר הניגונים, טאנצנדיג בעוז ותעצומות פאר קרוב צו א האלבע שעה.
עס איז שוין געווען לעכטיג אינדרויסן ווען דער רבי האט פארלאזט דעם זאל, און דער ציבור צעשפרייט זיך מיט געהויבענע הרגשים מלא התרוממות.
































