top of page
געהויבענע רבישע חתונה אין לאנדאן בבית מודזיץ - סלאטפינע - ליעזש - טשענגער
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש לעצטן דינסטאג פ' נח אין אווענט איז אפגעהאלטן געווארן אין לאנדאן גאר א שיינע געהויבענע רבי'שע שמחה למזל טוב, בשעה טובה איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החשוב אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זוהן פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א מליזענסק, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' העניך טייטלבוים שליט"א ראש ישיבת אהל תורה לאנדאן, זון פון הגה"צ אב"ד סלאטפינא זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א אב"ד טש


ראש ישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א קעגן טויט שטראף געזעץ פאר טעראריסטן: ״התגרות לשמה אן קיין תועלת״
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש לויט די קלארע הוראה ודעת תורה הברורה פונעם ראש ישיבה מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א האבן די חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי היינט געשטימט קעגן א געזעץ וואס וועט ערלויבן צו געבן טויט שטראף פאר טעראריסטן, אין אן אפשטימונג וואס איז פארגעקומען היינטיגן מאנטאג אינעם כנסת. דער ראש הישיבה האט אויסגעשמועסט און קלארגעשטעלט זײן הכרעה, זאגנדיג אז עס איז דא פארהאן א ״חשש רודף״, היות צו שטימען פאר דעם געזעץ קען גורם זיין צו ״שפיכות


הרחיבי מקום אהלך: נייע קהילה דחסידי קארלין סטאלין אין האוועל ניו דזשערזי נעבן לעיקוואד
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין האוועל ניו דזשערזי נעבן לעיקוואד איז אין די יעצטיגער וואכן געגרינדעט געווארן א נייע קהילה דחסידי קארלין סטאלין, אלס אן אפצווייג פון די קהילה הקדושה קארלין סטאלין אינעם דערנעבנדיגער עיר התורה לעיקוואד. נאך וואס עטליכע און צוואנציג היימישע משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן קיין האוועל, בברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן און אנגעוויזן א רייע מיט הדרכות און הוראות פאר'ן נייעם


האד' מבאבוב-45 געפראוועט געהויבענעם שבת של שמחה אין יוניאן, ניו דזשערזי
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דער שבת של שמחה וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט געפראוועט שבת פ' לך לך אינעם נייעם חסידישן יישוב אין יוניאן ניו דזשערזי איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש והתרגשות דקדושה, א שבת מעין עולם הבא. א יום טוב'דיגע שטימונג האט זיך געשפירט ביי די פילע תושבים אין שטאט האבנדיג די זכיה אז דער רועה נאמן די רבי שליט"א איז אנגעקומען לעשות את השבת - א שבת של שמחה - בקרב תלמידיו וחסידיו, לרגל די שבת שבע ברכות פון אן אייניקל, די כלה


חבורת בחורים דק"ק וויען פייערן סיום ספה"ק מאור ושמש והתחלת לימוד ספה"ק סידורו של שבת
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די בחורי חמד, תלמידים און חסידים פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די "חבורת בחורים", האבן מיט גרויס התרגשות געפייערט דעם סיום ספר הקודש מאור ושמש און די התחלה פון ספר הקודש סידורו של שבת, ביים גרויסן מעמד וואס איז אפגעראכטן געווארן מוצאי שבת קודש לך, מחזק צו זיין דער לימוד ספרי חסידות אויף א געהויבענעם שטייגער. די חבורה פון די וויענער בחורים גייט אן שוין א לענגערע צייט, ווען די בחורים הערן כסדר דברי חיזו


תפילת רבים: מעמד עצרת תפלה והתעוררות לרפאות כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער הונדערטער חסידי תולדות אברהם יצחק זקנים עם נערים פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך פאריגע וואך פארזאמלט אויף א גרויסע עצרת תפילה והתעוררות אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים, איינצורייסן ביים נורא עלילה און מעורר זיין רחמי שמים מרובים פארן ספר תורה השרוי בצער, רבם ומאורם, כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מרן שמואל יעקב בן יענטא לרפואה שלימה. די גרויסע עצרת איז


מעמד הודאה בחצה"ק קרעטשניף י-ם לרגל יום ההצלה פון אדמור"י בית קרעטשניף נאך שרעקליכן קאר עקסידענט
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער דעם דאנערשטאג העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד הודאה בחצר הקודש קרעטשניף י-ם, לרגל דעם יום ההצלה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל און להבלחט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א. דער יום ההצלה איז אפגעצייכנט געווארן זעכציג יאר דערנאך וואס דער רבי זצוק"ל און זיין זוהן, דער רבי שליט"א, זענען אינעם טאג ט"ז חשון שנת תשכ"ו אדורך א שווערן עקסידענט, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג פון קרית


פתיחת זמן החורף: שיינעם באזוך פון האד' ממודזיץ אין ישיבה לצעירים אהל תורה לאנדאן
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ראש חודש חשון בעת דער באזוך פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א אין שטאט לאנדאן לרגל די חתונה פון אן אייניקל, איז דער רבי ערשינען אין ישיבת "אהל תורה" וואס שטייט בנשיאותו פונעם מחותן אבי הכלה הגה"צ ר' חנוך העניך טייטלבוים שליט"א וואו מען האט געדאווענט מנחה, דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד פתיחת הזמן. דער מחותן די ראש ישיבה האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טרעפליכע דברי ברכה, און דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן א שיעור כללי אין די


דערהויבענע מעת לעת אין דאראג - אונגארן ביי מסע הקודש פון האד' מדאראג צום הילולא פון זקינו הרה"ק האמרי שפר זי"ע
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט רגשי קודש און התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי דאראג אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא קדישא, הרה"ק בעל אמרי שפר מדאראג זי"ע, בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש, כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, וואס האט ווי יאהר יערליך געפראוועט דער הילולא סמוך ונראה צום ציון הק' אין שטאט דאראג אין אונגארין, און איז היי יאהר געווען קאמבענירט מיטן מעמד הכנסת ספר תורה בחצות דאראג. די קייט פון די ימי אורה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג


טויזנטער חסידים און תושבי ירושלים מיטגעהאלטן דערהויבענע טיש ליל שב"ק בצל האד' מתולדות אברהם יצחק | באריכט
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער בני ציון און חסידי תולדות אברהם יצחק האבן מיטגעהאלטן א לעכטיגע שבת קודש בצל כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א שבת פיל מיט שבח והודאה צום אייבערשטן, מלך ביופיו תחזינה עיננו, טראץ דעם וואס דער רבי שליט"א איז אריבער אין די לעצטערע פאר וואכן פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס זייענדיג אין שפיטאל, און אפילו דעם לעצטן וואך פון פרשת וירא האט דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד אויסגעקוקט צו זיין גאר שווער זייענדיג אין א מצב סכנה מ


בארא פארק לבשה חג: שמחת החתונה אין הויפן פון מאשאלאו – קאלוב - אוהעל - קאסאן הילקרעסט
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט התרגשות פון שמחה האבן זיך תלמידי וחסידי מאשאלאו מיטגעפריידט ביי די געהויבענע ימי שמחה אינעם רבינס הויף, בנישואי בתו הכלה וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אויף א מלכות’דיגן פארנעם, מיטוואך נח אויפדערנאכט אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין שטאט בארא פארק בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה תחי’, טאכטער פון כ"ק אדמו"ר ממאשאלאו שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, מיטן חתן הרב מנח


מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן ליכטיגער שבת מלא דביקות און שמחה בצל הקודש פון האד' מלעלוב
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם שבת בצילו פונעם אורח הדגול פון אמעריקא כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכער איז געקומען צו פארן אויף א באזוך לרגל די חתונה פון אן אייניקל, און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווען דעם שבת שבע ברכות אין בני ברק ביי וועלכן די רבי האט אפגעראכטן זיין געהויבענע עבודת הקודש ווי טויזנטער אידן האבן זיך געווייקט בצילו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער איז ידוע א


שווערע פארלוסט אין וויזניץ נאך פלוצלינגדיגע פטירה פון הגאון רבי אליעזר מאיראוויטש זצ"ל דיין ומורה צדק בק"ק וויזניץ
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א שווערע פארלוסט האט היינט באטראפן די וויזניצער קהילה אין ארץ ישראל, מיטן אנקום פון די שווערע בשורה, איבער די פלוצלינגדיגע פטירה פון האי גאון וחסיד מגדולי המורים הרב הגאון רבי אליעזר מאיראוויטש זצ"ל, דיין ומורה צדק בק"ק וויזניץ, וועלכער האט היינט מחזיר געווען נשמתו ליוצרה אין עלטער פון 71 יאהר. דער דיין ז"ל איז היינט אדורך א געפלאנטע אפעראציע אין די איכילוב שפיטאל, און באלד נאכן אפעראציע, האט ער פלוצים ל"ע געליטן א מאסיווע האר


להודות ולהלל: חסידי וויזניץ פייערן 24 יאר פון רבינס צוריקקער קיין וויזניץ בשילוב מיט שמחת האירוסין בחצה"ק
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר בחצר הקודש וויזניץ איז פאראיבער א שבת מרומם בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס האט געוויילט שבת בתוככי קרית וויזניץ אין בני ברק, נאך עטליכע וואכן זינט די ימים טובים וואס די רבי האט פארוויילט אין מושב אורה אויף אפרוה. במיוחד איז דעם שבת אפגעצייכנט געווארן דער צוויי הונדערט'סטע הילולא קדישא פונעם ראש שושליתא דדהא דער הייליגער אהבת שלום פון קאסוב און דער שבת יארצייט פונעם רבינס שווער כ"'ק אדמו"ר


ולילה כיום יאיר: בני ברק מיטגעלעבט היסטארישע שמחה ביי חתונה פון נכדת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א
מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין וחסידים ברינה יגילו, האבן זיך שווערע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע מקומות, אומגעקערט אהיים פון בני ברק, אין די פריע צופרי שעהן דעם דאנערשטאג, נאך'ן מיטלעבן די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די חתונה פון הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, וואס איז אפגעראכטן געווארן מלא רגש ושמחה, און האט איבערגעלאזט א רישומא דקדושה וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן. ווי שוין באריכטעט איז בשטומ"צ געג


יכנס בן אצל אביו: האד' מטשערנאביל ביים עלייה לציון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל ערב ההילולא
מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א ארויף צום ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל בראש קהל חסידיו, לרגל די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן שב"ק י"ז חשון. אלס שליח ציבור האט געדינט דעם רבינס ברודער הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אבד"ק טשערנאביל אלעד. דורכאויס שבת האט די רבי געדאווענט די תפילות פארן עמוד און געזאגט די קדישים לכבוד די יארצייט, מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת ה


שיינער שמחת בר מצוה פון נכד דור רביעי ביי האד' מסאטמאר און נכד גיסו גאב"ד סאטמאר בארא פארק
פרייטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה ובצהלה האבן פילצאליגע חסידים מיטגעהאלטן דעם שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל, נכד דור רביעי פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן בסימן טוב ובמזל טוב. דער בר מצוה בחור אלימלך אשכנזי נ"י, איז אור אייניקל פון רבי'ן שליט"א, נכד הגה"צ רבי העניך אשכנזי רב דביהמ"ד אבני צדק, בן לבנו הרה"ג רבי חיים צבי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב אין קרית יואל, חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א. מיטוואך אינדערפרי איז דער ר


המתאחדת בתורתך: האד' מראחמיסטריווקא וועט פראווען שבת התאחדות אין די קאנטרי מיט יוצאי ישיבת ראחמיסטריווקא
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די שפאנונג ביי די הונדערטער ראחמיסטריווקא תלמידים - יוצאי ישיבה הק' מאור עינים ראחמיסטריווקא איז אויף די העכסטע שטאפלן, שטייענדיג א קארגע וואך אפגעריקט פון דעם זעלטן היסטארישן שבת פרשת חיי שרה, ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועט אונטערנעמען א ספעציעלע בליץ-באזוך קיין ניו יארק צו באשיינען דעם גייסטרייכן שבת "בצילו חימדתי" אינאיינעם מיט תלמידיו הקרוים בנים יוצאי הישיבה. די שבת ברענגט ארויס נאסטאלגישע הרגשים ביי די יונגע


מעמד פתיחת הזמן אין "תורת צבי דספינקא" אין שפיץ פון נשיא הישיבה האד' מתולדות צבי ד'ספינקא
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די תלמידי הישיבה "תורת צבי דספינקא" האבן דעם פארגאנגענעם וואך מקבל פנים געווען דעם מייסד ונשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, וועלכער איז אריבערגעקומען אין ישיבה לרגל דער מעמד פתיחת הזמן און די שמחת הנחת תפילין פאר'ן אייניקל, בן בנו הרה"צ ר' יוסף מאיר הורוויץ שליט"א. מאנטאג צופרי איז דער רבי אנגעקומען אינעם היכל הישיבה אין טשעסטער בגלילות קרית יואל, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די תלמידי ישיבה קטנה און תלמידי י


וויליאמסבורג: גרויסן עולם מיטגעהאלטן שמחת החתונה בבית הגה"צ רבי קלמן הלברשטאם האד' מצאנז קרית יואל
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין,JDN א גרויסן עולם תשובי קרית יואל, תלמידים מעריצים און גוטע פריינד האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די חתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' קלמן הלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מצאנז קרית יואל, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שמעון רובין שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ישעי' רובין שליט"א אבד"ק קערעסטיר וויליאמסבורג, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א אבד"ק בארדיוב, די שמחה איז פאר


bottom of page

