דערהויבענע מעת לעת אין דאראג - אונגארן ביי מסע הקודש פון האד' מדאראג צום הילולא פון זקינו הרה"ק האמרי שפר זי"ע
- sfbechatzros
- לפני שעה
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט רגשי קודש און התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי דאראג אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא קדישא, הרה"ק בעל אמרי שפר מדאראג זי"ע, בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש, כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, וואס האט ווי יאהר יערליך געפראוועט דער הילולא סמוך ונראה צום ציון הק' אין שטאט דאראג אין אונגארין, און איז היי יאהר געווען קאמבענירט מיטן מעמד הכנסת ספר תורה בחצות דאראג.
די קייט פון די ימי אורה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג נאכמיטאג, ווען דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארין, ווען אין די טעג ארום האבן זיך מצרף געווען קרוב צו פיר הונדערט חסידים וואס האבן נישט געוואלט פארפאסטן די געהויבענע מסע הקודש. דינסטאג אין לויף פונעם טאג איז דער רבי ארויסגעפארן אינאיינעם מיט די משתתפי הנסיעה פוקד זיין די ציונים הקדושים אין איהעל און קערעסטיר.
מיטוואך אין די מיטאג שעה'ן האט זיך אנגעהויבן די פייערליכע מעמד גדול ונהדר פון חגיגת הכנסת ספר תורה, וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק', נדבת הרה"ח ר' יהושע צלא הי"ו מחשובי חסידי דאראג, לכבודו פונעם בעל הילולא.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צום כתיבת אותיות אין א דירה אינעם שטעטל דאראג, וואו ער האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, ווען דערביי האט מען געזינגען א ניגון דביקות מבי מדרשו פונעם אמרי שפר. מיט הגבה האט די רבי מכבד געווען דעם נדבן הספר תורה, און נאכן גולל זיין די ספר תורה האט די רבי ארויסגעפירט דעם ספר צום תהלוכה ברחובות קריה.
עס איז געווען א מחזה הוד צוצוזעהן די פרייליכע ריקודין ווען הונדערטער חסידים טאנצן אינאיינעם גאר פרייליך און לעבעדיג בשמחת התורה, א מחזה הוד וואס האט געצויגן נייגער ביי פילע איינוואוינער אין שטאט, א בילד וואס איז נישט געזעהן געווארן אין שטאט דאראג זינט די צווייטע וועלט מלחמה.
די תהלוכה איז באגלייט געווארן דורך צוויי פערד און א קעניגליכע פאראדע, ביז צום גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן ביים רחבת בנין ההכנסת אורחים, וואו די רבי שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין אינאיינעם מיטן נדבן ובני משפחתו און דערנאך פארגעזאגט די מזמורים כנהוג.
דערנאך האט מען מיט טענץ און געזאנג אריינגעפירט דעם ספר תורה אינעם נייעם ארון קודש וואס איז ספעציעל געבויט געווארן פארן באנוץ פונעם נייעם ספר תורה.
דערנאך האט דער רבי געדאוונט מעריב פאר'ן עמוד לכבוד די הילולא קדישא. נאך מעריב האט מען זיך געוואשן צו א גרויסע סעודת הילולא רבתי כיד המלך, משולב מיט'ן סעודה לגומרה של תורה, ביי וועלכן מען האט געהערט דרשות פון הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד שליט"א בנו הגדול פונעם רבי'ן, און פונעם נדבן הספר תורה.
דאן איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור אינעם גרויסן שאטער, וואו מען האט צוערשט געמאכט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן לטובת נשמתו פונעם בעל הילולא, במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני קודש מבית מדרשו פון אמרי שפר, באגלייט מיט כלי שיר וזמר, און די רבי האט שטארק מעודד געווען די ניגונים מיט גרויס התלהבות. נאכן וואונטשן לחיים האט די רבי משמיע געווען דברות קודש במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.
ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א, הגה"צ רבי אהרן שמואל פרענקל גאב"ד חוג חתם סופר ירושלים, נכד בעל ההילולא, און נאך אנשים מכובדים ונכדי בעל ההילולא. פארן בענטשן האט די רבי זיך אויפגעשטעלט אויף פייערדיגע ריקודין, און איז באזונדער געטאנצן מיטן נדבן, און געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
דאנערשטאג צופרי בעצם יומא דהילולא קדישא האט די רבי געדאוונט שחרית פארן עמוד, ביים ליינען האט מען געליינט אינעם נייעם ספר תורה. דורכאויס די טאג פונעם יארצייט זענען אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן די יחידי סגולה וועלכע האבן מנדב געווען סכומים נכבדים לטובת די הכנסת אורחים, און האבן געהאט די זכיה זיך מזכיר צו זיין בפתקי דרחמי להפקד בדבר ישועה ורחמים, און די רבי האט פארטיילט א לעדערנע ספה"ק אמרי שפר פאר אלע נדיבים.
נאך מנחה איז פארגעקומען די צענטראלער מעמד תפילת רבים און עליה לציון הקדוש, וואו די רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו ספר רביעי שבתהילים בהתעוררות רב, און דאן פארגעזאגט די יהי רצון און קדיש מיט גרויס השתפכות הנפש, דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות, ווי די רבי האט פארגעלערנט א שטיקל פונעם ספר הקדוש אמרי שפר, און מעורר געווען אויף ישועות ורפואות ברוחניות ובגשמיות בזכותו של אותו צדיק.
דערנאך האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן די הונדערטער קוויטלעך להזכר לטובה, און די רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיים, ווי אלע חסידים זענען דורך וואונטשן לחיים. דערנאך איז די רבי אריין אינעם אוהל הקדוש, און זיך דארט פארשפארט ביחידות א לענגערע וויילע. מען האט דאן מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה צום לופטפעלד אין דעברעצין, פון ווי די רבי איז צוריגקעפארן קיין ארץ הקודש מיטן טשארטער פליגער אינאיינעם מיט די הונדערטער משתתפי הנסיעה אנגעזאפט מיט השפעות טובות.




































