top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המתאחדת בתורתך: האד' מראחמיסטריווקא וועט פראווען שבת התאחדות אין די קאנטרי מיט יוצאי ישיבת ראחמיסטריווקא

  • sfbechatzros
  • לפני 28 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

די שפאנונג ביי די הונדערטער ראחמיסטריווקא תלמידים - יוצאי ישיבה הק' מאור עינים ראחמיסטריווקא איז אויף די העכסטע שטאפלן, שטייענדיג א קארגע וואך אפגעריקט פון דעם זעלטן היסטארישן שבת פרשת חיי שרה, ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועט אונטערנעמען א ספעציעלע בליץ-באזוך קיין ניו יארק צו באשיינען דעם גייסטרייכן שבת "בצילו חימדתי" אינאיינעם מיט תלמידיו הקרוים בנים יוצאי הישיבה.


די שבת ברענגט ארויס נאסטאלגישע הרגשים ביי די יונגעלייט בוגרי הישיבה פון די לעצטע עטליכע און צוואנציג יאר, וועלכע האבן זוכה געווען אויסצונוצן זייערע בחורישע יארן בין כותלי הישיבה הק' מאור עינים וואס איז באוואוסט אין די חסידישע וועלט אלס אן אויסגערופענעם מקום תורה, וואס אויסער אירע חשובע רמי"ם ומשפיעים, טראגט די ישיבה א חביבות יתירה ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטרוויקא שליט"א וועלכע שפירט גאר א נאנטע קשר מיט יעדע איינציגסטע תלמיד באזונדער, און אפילו יארן שפעטער ווען א תלמיד קומט אריין בקודש פנימיה, איז דאס ביים רבי'ן א חשיבות כתלמיד לפני רבו.


כידוע פארט די ראחמיסטריווקא רבי גאר זעלטן ארויס פון ירושלים צו פראווענען שבתים אין די פרעמד, מיט דעם אלעם האט די רבי אצינד באוויליגט צו מאכן אן אויסנאם ווען די יוצאי הישיבה האבן געבעטן דעם רבי'ן, רצוננו לראות את מלכינו. די רבי שליט"א וועט קומען צו פארן אויף א קורצער בליץ נסיעה פון בלויז 72 שעה פון דאנערשטאג ביז זונטאג, מיטן איינציגן מטרה אנצוהאלטן די ספעציעלע התקשרות און נאנטשאפט מיט די יוצאי הישיבה הקדושה, וואס וועלן זיך צוריק צונויפטרעפן און מיטהאלטן א שבת מעין עולם הבא מיט'ן רבי'ן אינאיינעם.


די שבת האט געזאלט פארקומען פארגאנגענעם זומער און איז לעצט מינוטיג אפגעשטופט געווארן צוליב די מלחמה צושטאנד אין ארה"ק, אצינד איז באשטימט געווארן א פרישן זמן פארן שבת אויף דעם קומענדיגן שבת פ' חיי שרה, אין די גיגאנטישע "ארמון האטעל" אין סטעמפארד קאנעטיקוט, אויפן זעלבע שטייגער וואו דער שבת התאחדות מיט דריי יאהר צוריק וואס דער רבי האט געפראוועט אינאיינעם מיט די יוצאי הישיבה אין די קאנטרי בערג.


דער שבת אנטשפרעכט צו זיין איין לאנגע קייט פון דעהויבנקייט און התרוממות הנפש, ובפרט אז מען וועט בעז"ה האבן די זכיה מיטצוהאלטן די סעודות שבת על שולחן מלכים, בצוותא חדא אינאיינעם מיטן רבי'ן און די ראשי ומנהלי הישיבה וואס וועלן קומען צו פארן אויף שבת.


אין די טאג זענען די עסקנים אקטיוו איינצושרייבן די הונדערטער יוצאי הישיבה וואס האבן זיך רעגריסטריט מיטצוהאלטן דעם שבת, און מסדר זיין אלע פרטי השבת על צד היותר טוב.

bottom of page