top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע רבישע חתונה אין לאנדאן בבית מודזיץ - סלאטפינע - ליעזש - טשענגער

  • sfbechatzros
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

לעצטן דינסטאג פ' נח אין אווענט איז אפגעהאלטן געווארן אין לאנדאן גאר א שיינע געהויבענע רבי'שע שמחה למזל טוב,  בשעה טובה איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החשוב אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זוהן פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א מליזענסק, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' העניך טייטלבוים שליט"א ראש ישיבת אהל תורה לאנדאן, זון פון הגה"צ אב"ד סלאטפינא זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א אב"ד טשענגער לאנדאן.


די גרויסארטיגע חתונה צו וואס עס זענען אנגעקומען געסט פון ארץ ישראל, אנטווערפן, מאנטשעסטער ועוד, איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון דער יסודי התורה מיידל שולע, אין שפיץ פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן לפאר על ראש שמחתו.


ארום זיבן אזייגער איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים, ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא הרה"ח ר' ישראל שטערן שליט"א האט מעורר געווען דעם חתן מיט דברי כיבושין. דערנאך איז מען ארויס צום מעמד הבאדעקן וואו דער רבי שליט"א האט באגלייט דעם חתן מיט די שושבינים.


מען איז דאן ארויס צום מעמד החופה פארנט פונעם זאל, וואו מען האט געזונגען מיט דביקות א רייע ניגוני התעוררות וועלכע זענען מיוחס צו די מודזיצער צדיקים, כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן א פעטער פון חתן, הגאון הגדולגאב"ד אנטווערפען שליט"א.


די איבעריגע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די חשובע פעטערס משני הצדדים. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אבד"ק טשענגער שליט"א. נאכן חופה האט דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, און דער גאנצער ציבור איז דורך דעם רבי'ן שליט"א וואונטשן מזל טוב.


צום באשטימטן צייט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום חתונה, ווערנדיג ענטפאנגען לקול רנה ותודה. במשך די שמחה האט באשיינט בראש המסובים כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א און נאך חשובע רבני העיר, צווישן זיי הגאון הגדול רבי יוסף פאדווא ראש הדיינים, כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט"א, די פעטערס האדמו"ר מליעזש און אבד"ק טשארטקוב לאנדאן.


דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין מיט די מחותנים און די חשובע זיידעס אויפן בימת הכבוד, און נאכן בענטשן ממשיך געווען מיט די ריקודין אין צענטער פון זאל מיט די משפחת המלוכה און די חשובע רבנים קרובי המשפחה.


דאן האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו אויסגערופן דעם רבי'ן צום מצווה טאנץ מיט הארציגע חרוזים, ווי ער האט מעורר געווען איבער דעם עת רצון זיך אויסצובעטן אלע השפעות טובות בני חיי ומזוני.


דער רבי שליט"א האט מפריש געווען צדקה לטובת זיין אייגענעם צדקה קאסע 'ונתנו', און נאכן זינגען ניגוני התעוררות האט די רבי זיך ארויסגעלאזט אין די ריקודין קדישין לפני הכלה בעוז ותעצומות, מיט אן אש קודש, ווען דער ציבור האט זיך געהויבן אין די לופטן ווערנדיג מיטגעשלעפט מיט די געהויבענע ריקודין בעת משוש, דער רבי האט דערנאך געטאנצן מיט די חתן, מחותנים, און די זיידעס, און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די ריקודין פון די זיידעס און מחותנים און צום לעצט חתן וכלה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page