תפילת רבים: מעמד עצרת תפלה והתעוררות לרפאות כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א
- sfbechatzros
- לפני 44 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער
הונדערטער חסידי תולדות אברהם יצחק זקנים עם נערים פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך פאריגע וואך פארזאמלט אויף א גרויסע עצרת תפילה והתעוררות אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים, איינצורייסן ביים נורא עלילה און מעורר זיין רחמי שמים מרובים פארן ספר תורה השרוי בצער, רבם ומאורם, כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מרן שמואל יעקב בן יענטא לרפואה שלימה.
די גרויסע עצרת איז געווען אין שפיץ פונעם רבינס קינדער הרבנים הגאוה"צ שליט"א, ווען אין די זעלבע צייט האט מען זיך פארזאמלט אין אלע בתי מדרשים דחסידי תולדות אברהם יצחק איבער די וועלט און מיטגעהאלטן די עצרת אין ירושלים דורך א הוק-קאפ, וואו מען האט באותו זמן מתפלל געווען אין אלע מקומות מיט א פאראייניגטן כח הרבים פארן רועה נאמן.
דער עצרת האט זיך אנגעהויבן מיט תפילת מנחה ברוב עם הדרת מלך. בעפאר מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יעקב שפיטצער שליט"א מרבני הקהילה וועלכע האט מעורר געווען דעם ציבור בגודל מעלת אמירת קטורת דייקא בציבור.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן דעם רבינס מחותן הגה"צ רבי שמואל בראנסדארפער חבר בד"ץ העדה החרדית, ומפארי רבני הקהילה, וועלכע האט געשילדערט פארן ציבור די דעטאלן ארום דעם רבינס מצב הבריאות, און די רחמים וחסדים אויף וואס די רבי שליט"א איז געווען אנגעוואנדן. דערנאך האט מען געזאגט ספר רביעי אין תהילים בהתעוררות רב, און מיט א כח הרבים האט מען מעתיר געווען בתפילה ובתחנונים לרפואתו השלימה וחיזוק כוחותיו בבריאות איתנה, פונעם רעיא מהימנא. דערנאך האט הרה"ג ר' אהרן סאמעט שליט"א מרבני הקהילה מעורר געווען דעם ציבור מיט קורצע דיבורים זיך מחזק זיין איבער כבוד ביהמ"ד און נישט רעדן ביים דאווענען.
דאן האט מען געהערט דעם משא העצרת פונעם מלהיב לבבות ישראל הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, וועלכער האט אויפגעפלאמט די הערצער אויף דעם געהויבענעם עת רצון און כח הרבים צו איינרייסן די שערי שמים פארן ספר תורה השרוי בצער. דער משפיע האט דערנאך פארגעזאגט סליחות און שלוש עשרה מידות בקול חוצב להבות אש, ווען די ציבור זאגט מיט, מיט א קול זעקה בבכי ובתחנונים וואס האט ווי געשפאלטן הימלען.
נאך סליחות האט דער משפיע ווידער גענומען דאס ווארט און מבשר געווען פארן ציבור מיט התרגשות, אז די תפילות ישראל זענען ב"ה נענה געווארן תיכף ומיד, און איבערגעגעבן א גוטע בשורה וואס איז נארוואס אנגעקומען פון שפיטאל.
ער האט דערציילט אז די דאקטוירים און מומחים האבן זיך געזעצט אויף אן אסיפה בשעת די עצרת תפילה, וואו עס איז צוריקגעקומען פרישע תוצאות פון א נייע באהאנדלונג וואס מען האט אנגעהויבן עטליכע טעג פריער, צו עלימינירן דער אינפעקציע, אן צו דארפן דורכפירן אן אפעראציע וואס האט באדייט א חשש סכנה פארן רבי'ן.
דער משפיע האט תיכף אויסגעבראכן אין א געזאנג מיטן ניגון מזמור לתודה און דער ציבור האט זיך ספאנטאן ארויסגעלאזט אין ריקודין אילעין ברוב שבח והודאה אויף די ניסים גלויים וואס מען האט בייגעוואוינט. דער משפיע האט אבער מוסיף געווען אז דאס איז נאך אלס נישט אויף וואס מען האפט און בעט, מיר קוקן ארויס אויף א גאנצע ישועה, אז דער רבי זאל ערשיינען במלוא הדרו געזונט און פריש, בבריאות השלימה.
דערנאך האט ער איבערגעגעבן אז דער רבי שליט"א האט איהם געבעטן מעורר זיין דעם ציבור, אז יעדער זאל זיך מקבל זיין א קבלה טובה בעניני 'צניעות בדיבור', היטן אויפן דיבור, צו רעדן איידל אן אויסגעהאלטן. צום שלוס האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, און דער ציבור איז זיך צעגאנגען פול מיט חיזוק והתרוממות.






















