top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ולילה כיום יאיר: בני ברק מיטגעלעבט היסטארישע שמחה ביי חתונה פון נכדת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א

  • sfbechatzros
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 4 דקות

מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

וחסידים ברינה יגילו, האבן זיך שווערע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע מקומות, אומגעקערט אהיים פון בני ברק, אין די פריע צופרי שעהן דעם דאנערשטאג, נאך'ן מיטלעבן די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די חתונה פון הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, וואס איז אפגעראכטן געווארן מלא רגש ושמחה, און האט איבערגעלאזט א רישומא דקדושה וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.


ווי שוין באריכטעט איז בשטומ"צ געגאנגען אונטער די חופה הכלה המהוללה ב"ק תחי', אייניקל פון לעלובער רבי'ן שליט"א, א טאכטער ביי בנו הגדול הרה"צ ר' אהרן בידערמאן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' אלימלך טירנויער שליט"א פון קרית טאהש, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' שלום אבערלענדער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק שארית ישראל ווילעדניק שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה. די חתונה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאלן פון היכלי מלכות אין בני ברק.


די שמחה האט ארויסגערופן א זעלטענעם התרגשות ביי חסידי לעלוב און ביי אידן חסידים ואנשי מעשה פון איבער גאנץ ארץ ישראל, וועלכע זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די געהויבענער עבודה, פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, וואס איז ספעציעל אנגעקומען קיין ארץ ישראל לפאר על ראש שמחתו. אינצווישן די געסט האבן זיך אנגעזעהן פילע חסידים ואוהדים וואס זענען געקומען צו פארן פון ניו יארק זיך מיצופרייען בשמחתו פונעם רבי'ן.


אום זיבן אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום קבלת פנים אינאיינעם מיטן פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, בעת דער זאל איז שוין געווען פול געפאקט, און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות. אינצווישן האט דער צאנזער רב מסדר געווען די "כתובה" און געמאכט דעם קנין. דאן האט דער רבי שליט"א באגלייט דעם חתן צום באדעקן, און דארט פארברענגט בנועם שיח מיטן פעטער די צאנזער רבי איבער פארשידענע מנהגי נישואין, דערנאך האט מען אנגעטוהן די מלבושים פארן חתן און מען איז ארויס צום חופה.


דער ראש בית אב די רבי שליט"א האט מכבד געווען מיט סידור קידושין דער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן אב"ד לעלוב, ברכות ראשונות די זיידע הגה"צ אב"ד שארית ישראל ווילעדניק שליט"א און ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ רבי אלימלך טירנויער שליט"א.


נאכן חופה האט די זיידע די לעלובער רבי פארבעטן פונעם צאנזער רבי'ן אנצווואונטשן מברכותיו לכל הקהל הקודש, נאך פיל הפצרות האט די רבי נעתר געווען לבקשתו און געוואונטשן אז אז אלע ברכות וואס די רבי וועט וואונטשן זאלן נתקיים ווערן, להיפקד בדבר ישועה ורחמים. דערנאך האט די לעלובער רבי זעלבסט אנגעוואונטשן פאר'ן ציבור מיט א שטארקן קול רגש, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם טאנץ לכבוד השמחה.


נאכן חופה איז דער רבי צוריק צו זיין אכסניא אין שטוב פון הגאון ר' יעקב יהושע ענגלענדער ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא וואו די רבי האט אויפגענומען די געסט פון אויסלאנד און דערנאך געדאוונט מעריב און מקדש געווען די לבנה ברוב עם. אינצווישן האט דער ציבור מיסב געווען צום סעודת החתונה אינעם זאל, וואס איז געווען הערליך אויסגעשטעלט, און עס איז געווען צוגעשטעלט פאר'ן ציבור א סעודה רחבה לכבוד השמחה הגדולה.


גלייך נאך, די סעודה האט מען צוגעגרייט דעם זאל צו די געהויבענע ריקודין, ווען דער זאל איז געווען איבערגעפולט ממש מלא על כל גדותיו. בשעה 12:30 זענען ערשינען צו די שמחה די פעטערס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א און כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע האבן מפאר געווען בראש המסובים און געטאנצן מיט חתן און מחותנים. דערנאך האבן די פעטערס האדמור"ים געטאנצן מצוה טאנץ יעדע באזונדער, נאך 1:30 באנאכט האבן די אדמור"ים שליט"א פארלאזט די שמחה נאכן אנוואונטשן די חתן, מחותנים און זיידעס.


אומגעפער צוויי אזייגער איז דער לעלובער רבי שליט"א ערשינען צו די סעודת נישואין, ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת הזמר פונעם ריזיגן ציבור, די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און פארטיילט שיריים פון די מאכלים פאר כהנים כדרכו בקודש. במשך די סעודה זענען צוגעקומען פילע רבנים ואנשים חשובים וואונטשן מזל טוב, ווען דער רבי שליט"א האט יעדן עקסטער אויפגענומען, און געוואונטשן במאור פנים. באזונדער האט די רבי געוואונטשן ברכת לחיים פארן גאנצן ציבור אינעם מייק און מזכיר געווען זיין גרויסן שוואגער כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לרפואה שלימה וואס איז אנגעוואנדן אין א ישועה.


נאכן בענטשן האט די רבי שליט"א געזאגט די שבע ברכות און דערנאך האבן די אלפי המשתתפים געהאט די זכי' דורכצוגיין וואונטשן לחיים און מקבל צו זיין מברכותיו של צדיק בעידן חדוותא. באזונדער האט די רבי פארטיילט כוס של ברכה פאר די געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון ניו יארק לכבוד די שמחה.דערנאך איז דער רבי ארויס אויף א הפסקה בעת דער בדחן הרה"ח ר' שמואל ניילענדער הי"ו האט אויפגערופן אלע זיידעס צו מצוה טאנץ. ווען די רבי איז צוריק אריינגעקומען אין זאל זענען די זיידעס געטאנצן די ריקודין לפני הכלה און די רבי איז אריינגעקומען מיטהאלטן די ריקודין ביי יעדן פון די זיידעס.


שווער צו שילדערן די געהויבענע רגעים, נאכן זינגען פאסיגע ניגוני התעוררות, בעת דער רבי שליט"א האט גענומען דעם גארטל אין די האנט, און אפגעראכטן דעם עבודת הריקודין מיט א געוואלדיגן דביקות און ברען. במשך א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א געטאנצן די ריקודין מיט אן אינערלעכער ברען אויפן ניגון וקרב פזורינו מבין הגוים, וינועו אמות הסיפים פון די מאסן חסידים וואס האבן זיך געהויבן אין די לופטן מיט א געוואלדיגן התהלבות.


דערנאך איז דער רבי שליט"א געטאנצן מיטן חתן און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט בנו חביבו דער מחותן הרה"צ רבי אהרן שליט"א און די אייניקלעך, וואס האט יעדן שטארק מרגש געווען. נאך א לענגערע צייט טאנצן האט דער רבי שליט"א עקסטער געטאנצן מיט די מחותנים און זיידעס וואס איז ווייטער געווען א מחזה הוד ונהדר.



קרוב צו זעקס אזייגער אינדערפרי האט דער רבי שליט"א פארענדיקט די ריקודין, און מיטגעהאלטן דעם המשך השמחה, ווען מען האט אויגערופן די חתן וכלה צו מצוה טאנץ. עס איז שוין געווען טאג, ווען עס האט זיך געענדיגט די ליכטיגע נאכט וואס בני ברק האט זעלטן פריער מיטגעלעבט.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page