מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן ליכטיגער שבת מלא דביקות און שמחה בצל הקודש פון האד' מלעלוב
- sfbechatzros
- לפני יום 1
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם שבת בצילו פונעם אורח הדגול פון אמעריקא כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכער איז געקומען צו פארן אויף א באזוך לרגל די חתונה פון אן אייניקל, און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווען דעם שבת שבע ברכות אין בני ברק ביי וועלכן די רבי האט אפגעראכטן זיין געהויבענע עבודת הקודש ווי טויזנטער אידן האבן זיך געווייקט בצילו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער איז ידוע איבער די וועלט פאר אן עובד ה' מנעוריו כחד מצדיקי קמאי.
לכבוד די שבת של שמחה איז ארויסגעדינגען געווארן די ארמונות חן זאל פאר די סעודות שבת און אכסניות און באזונדער די היכלי מלכות זאל וואס איז לכבוד דעם שבת איינגעטיילט געווארן אויף צוויי, איין העלפט פאר די תפילות און די אנדערע העלפט פאר די עריכת השלחנות מיט ריזיגע פארענטשעס לענגאויס דעם זאל, צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים.
שוין ביים דאווענען פרייטאג צונכאטס איז דער זאל געווען געפאקט עד אפס מקום, די רבי איז אריינגעקומען קורצליך פארן זמן רבינו תם און אנגעהויבן הודו מיט א פלאם פייער כדרכו בקודש. ביים דאווענען האבן זיך אנגעעהן די זיידעס הגה"צ גאב"ד קרית הבעש"ט שליט"א, הגה"צ אבד"ק שארית ישראל ווילעדניק שליט"א, דעם רבינס ברידער האחים המשפיעים מלעלוב, און נאך פילע בנש"ק.
נאך די השתפכות הנפש'דיגע תפילת מנחה, איז דער רבי ארויס אויף א הפסקה און דערנאך אריינגעקומען צו קבלת שבת און מעריב וואו עס האט פארגעדאווענט פארן עמוד הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן אבד"ק לעלוב.
ביים סעודות שבת שבע ברכות מיט די משפחה האט זיך משתתף געווען דער גרויסער פעטער המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב וועלכע האט אנגעפירט די סעודות שבת מיט זיינע דברי פי חכם חן, און פייערדיגע ניגונים.
נאך 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור מיט א חרדת קודש, בעת אלופי אלפי ישראל פילן איבער דעם זאל ביז יעדן ווינקל. דער קלימאקס איז געווען בעת דער רבי שליט"א האט אויפגעהויבן דעם בעכער צו מאכן קידוש, וואס איז צוגעגאנגען שנעל אבער מיט א שטארקן קאך ובקול חוצב להבות איש. דערנאך האט זיך די רבי געוואושן צום סעודה און ממשיך געווען זיין העכערע עבודה מלא דביקות. נאך די מאכלים האט די רבי פארטיילט שיריים פאר די כהנים כדרכו, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט א זעלטענעם התלהבות על כלות הכוחות. ביז גאר שפעט אין די נאכט אריין האט זיך פארצויגן דער טיש באגלייט מיט זמירות שירות ותשבחות לא'ל חי, ביז נאך 4:30 פארטאגס.
שבת אינדערפרי איז פאריבער א גאר געהויבענער דאווענען, צו פסוקי דזמרה האט די רבי צוגעשיקט זיין איידעם הרה"צ רבי שלום לייפער שליט"א און צו שחרית האט מען זוכה געווען אז די רבי שליט"א האט געדאוונט פארן עמוד מיט א נעימות דקדושה, ספּעציעל ביים אויסלאזן ממקומך, מיט געגועין און כיסופין. צו מוסף האט די רבי צוגעשיקט דער מחותן גאב"ד קרית הבעש"ט שליט"ט, מען האט געענדיגט דאס דאווענען ארום 2:30 נאכמיטאג.
אומגעפער ביים זמן רבינו תם איז דער רבי איינגעקומען צום מיטאג טיש. די רבי האט פארגעזאגט די זמירות כסדרן און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים כנהוג. א דערהויבענע שטימונג האט געשוועבט אין די לופטן ווען די רבי האט בשעתן סעודה פארגעזינגען דעם תנועה "אש תמיד תוקד על המזבח" מיט אידישע ווערטער וואס ברענגט ארויס דאס בעקשאפט צום בנין בית המקדש און די גאולה השלימה. נאכן טאנצן האט די רבי שליט"א משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש בגודל מעלת הריקודין אום שבת קודש. ארום ניין אזייגער האט מען געבענטשטש ברכת המזון על הכוס.
נאך א לענגערע הספקה איז דער רבי אריינגעקומען צו שלש סעודות בשעה 12:00 באנאכט אין די זאלן פון ארמונות חן, וואו עס האט זיך ווידער איבערגעשפעלט דאס בילד פון פרייטאג צו נאכטס, ווען מאסן אידן פון דער שטאט זענען געקומען מיטהאלטן און כאפן א בליק אויפ'ן גרויסן גאסט, דער רבי שליט''א. צווישן די זמירות האט די רבי פארבעטן זיין איידעם פארצולערנען פונעם ספר הק' מאור ושמש, און די רבי האט געוואונטשן לחיים. ס'איז שוין געווען נאך 1:30 באנאכט, ווען דער געהויבענער שבת במחיצתו פונעם רבי'ן שליט"א איז געקומען צו א שלוס ווען מען האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב און געמאכט הבדלה ברוב עם, נאכגעפאלגט מיט די זמירות מוצאי שבת כנהוג.



























































