שיינער שמחת בר מצוה פון נכד דור רביעי ביי האד' מסאטמאר און נכד גיסו גאב"ד סאטמאר בארא פארק
- sfbechatzros
- לפני 27 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
פרייטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בשמחה ובצהלה האבן פילצאליגע חסידים מיטגעהאלטן דעם שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל, נכד דור רביעי פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן בסימן טוב ובמזל טוב.
דער בר מצוה בחור אלימלך אשכנזי נ"י, איז אור אייניקל פון רבי'ן שליט"א, נכד הגה"צ רבי העניך אשכנזי רב דביהמ"ד אבני צדק, בן לבנו הרה"ג רבי חיים צבי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב אין קרית יואל, חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א.
מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין בנין התלמוד תורה הירש-גאלדבערגער-לאנדא אויף די ראצפערט גאס אין קרית יואל, צום הנחת תפילין פון נכדו הבר מצוה, און האט געדאוונט שחרית צוזאמען מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה, בהנהלת הרה"ג רבי יואל שפיטצער שליט"א.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפרעוועט א מסיבת לחיים, ביי וועלכן די תלמידים האבן געזינגען ניגוני שמחה והודאה, און געהערט די דברות קודש, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מאריך געווען בעניני הנחת תפילין, און אויסגעפירט מיט דברי הדרכה פאר די תלמידים איבער דעם זהירות וואס מען דארף האבן נישט צו רעדן מיט די תפילין, ווי מר אביו הברך משה מסאטמאר זי"ע פלעגט אלץ בעטן פון די בר מצוה בחורים.
מיטוואך נאכט איז אפגעראכטן געוועהן דער סעודת הבר מצוה אין ביהמ"ד רב טוב דקהל יטב לב, מיט דער השתתפות פון א גרויסן ציבור, און מען האט דערביי געזינגען ניגוני שמחה וניגוני דביקות.
שמחה גוררת שמחה, איז געווען א ספעציעלע שמחה מיטצוהאלטן דעם שמחת התורה ביים שמחת הבר מצוה, ווען דער בחור הבר מצוה האט דערביי מסיים געווען עטליכע מסכתות הש"ס און עטליכע סדרים משניות וואס ער האט זוכה געווען דורכצולערנען נאך בימי ילדותו.
מען האט דערביי געהערט הערליכע דברי תורה פונעם זיידן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו די גרויסע שמחה, ווען אן אייניקל איז נכנס לעול התורה והמצוות, און מנעים געווען די שמחה מיט הערליכע דברי תורה מעניני השמחה.
דאן האט דער בר מצוה בחור געזאגט דאס פשט'ל כזקן ורגיל, וואס האט ביי יעדן שטארק ארויסגענומען.
דער אבי הבר מצוה הרה"ג רב דביהמ"ד רב טוב שליט"א האט משמיע געווען הערליכע דברי תורה, ציצים ופרחים אויף די פסוקי פרשת השבוע ומעניני השמחה, ובפרט האי יומא דקגרים אין דעם טאג ווען דער בר מצוה בחור איז נכנס לעול התורה והמצוות, וואס איז א יומא טבא ביי די בני משפחה און ביי אלפי חסידי סאטמאר וואס פרייען זיך מיט בשמחתו פונעם גרויסן ראש בית אב דער רב שליט"א.
דאן האט מען געהערט די שיינע דברי תורה פונעם זיידן הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט בדברי תורה נחמדים מעניני בר מצוה, און דערציילט א צאל ענינים פון די גרויסע זיידעס.
שפאטער האט מען געהערט די דברות קודש פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט איבער דעם גרויסן זמן פון א בר מצוה, ווען א בחור הייבט אן צו לייגן תפילין, אנדערש ווי אנדערע מצוות התורה וואס א קינד הייבט שוין פריער אן מקיים צו זיין אלס חינוך פון די עלטערן, אבער תפילין איז אנדערש, וואס דאס הייבט מען אן צו לייגן ערשט נאך די בר מצוה.
דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט טעמים וענינים, און ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו די גרויסע שמחה, ווען א פרישער דור, א נכד דור רביעי, איז נכנס לעול התורה והמצוות, און האט מאציל געווען מברכותיו פאר'ן בר מצוה בחור, פאר די עלטערן און געהויבענע זיידעס שליט"א, און דאַן פאר'ן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן איז מכובד געוועהן דער בר מצוה בחור, און גלייך דערויף האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן, און מען האט אפגעגעבן שבח והודאה להשי"ת אויף די חסדי השי"ת.





























