top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראש ישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א קעגן טויט שטראף געזעץ פאר טעראריסטן: ״התגרות לשמה אן קיין תועלת״

  • sfbechatzros
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

לויט די קלארע הוראה ודעת תורה הברורה פונעם ראש ישיבה מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א האבן די חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי היינט געשטימט קעגן א געזעץ וואס וועט ערלויבן צו געבן טויט שטראף פאר טעראריסטן, אין אן אפשטימונג וואס איז פארגעקומען היינטיגן מאנטאג אינעם כנסת.


דער ראש הישיבה האט אויסגעשמועסט און קלארגעשטעלט זײן הכרעה, זאגנדיג אז עס איז דא פארהאן א ״חשש רודף״, היות צו שטימען פאר דעם געזעץ קען גורם זיין צו ״שפיכות דמים״ ה"י און וועט אנרייצן מיליאנען אראבער פון די ארומיגע מדינות און פון איבער דער גאנצער וועלט קעגן אידישע קינדער, איז דאס א ״התגרות לשמה״ אן קיין שום תועלת, נאך וואס אין יעדן פאל איז דא גאר קליינע שאנסן אז א געריכט וועט למעשה באשטעטיגן דעם טויט שטראף געזעץ.

bottom of page