טויזנטער חסידים און תושבי ירושלים מיטגעהאלטן דערהויבענע טיש ליל שב"ק בצל האד' מתולדות אברהם יצחק | באריכט
- sfbechatzros
- 51false34 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

טויזנטער בני ציון און חסידי תולדות אברהם יצחק האבן מיטגעהאלטן א לעכטיגע שבת קודש בצל כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א שבת פיל מיט שבח והודאה צום אייבערשטן, מלך ביופיו תחזינה עיננו, טראץ דעם וואס דער רבי שליט"א איז אריבער אין די לעצטערע פאר וואכן פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס זייענדיג אין שפיטאל, און אפילו דעם לעצטן וואך פון פרשת וירא האט דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד אויסגעקוקט צו זיין גאר שווער זייענדיג אין א מצב סכנה ממש, האט מען ברוב רחמיו וחסדיו זוכה געווען מיטצולעבן א געהויבענע שבת בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א.
ערב שבת ווען דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית המדרש הגדול, איז דער גאנצער ציבור איבערגענומען געווארן מיט התרגשות, ווען מען האט זוכה געווען צו הערן קולו בקודש פונעם רבי'ן שליט"א אויסשרייענדיג כשאגת הארי דעם 'הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו'.
א באזונדערע התרגשות איז געווען ווען דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרייעט ביי 'בואי בשלום' וואס האט ווידעראמאל אריינגענומען דעם ציבור אין א אומבאשרייבליכע התלהבות, אזוי אויך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן 'כגונא' בקול רם.
נאכן דאווענען האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעדרייט פניו מול כלפי העם, און אנגעוואונטשן לכל הקהל הקודש 'א גוט שבת', ולעומתם ברוך יאמרו ווען דער גאנצער ציבור וואונטשט צוריק כולם פה אחד אל מול פני הקודש 'א גוט שבת, ושבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא'.
ארום 10:15 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור אין היכל בית המדרש הגדול, דער בית המדרש איז געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו פון אלפי חסידי תולדות אברהם יצחק מרחוק ומקרוב, באזונדער האט זיך אנגעזען די פילע הונדערטער געסט פון אנדערע שטעט וועלכע זענען אריינגעקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת, אין צוגאב צו הונדערטער תושבי ירושלים עיה"ק וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע טיש.
דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם, און געזינגען אלע זמירות ביז קידוש בקול רם, דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן דעם רבינ'ס הייליגע קול בעת קידוש, און דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען דעם טיש זיגענדיג אלע ניגונים כמדי שבוע בשבוע, ווען דער רבי שליט"א האט אויך פארגעזינגען עטליכע ניגונים און זמירות בקולו הנעים.
אינמיטן טיש איז די רבי ארויס אויף א קורצע הפסקה וואו דעם רבינס פערזענליכע לייב דאקטער האט דורכגעפירט א רוטינע אונטערזיכונג און די רבי איז קורצליך דערויף צוריק אריין צום טיש. דער טיש האט זיך פארענדיגט קרוב צו האלב איינס אויפדערנאכט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש. עפ"י פקודת הקודש האבן די חסידים ווייטער ממשיך געווען מיט די באטע בשירות ובתשבחות ביז די שפעטע נאכט שעות.
בצפרא דשבתא האט דער רבי שליט"א געדאווענט בחדרו המיוחד, און איז אריינגעקומען אין בית המדרש בלויז צו קריאת התורה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית מילה בהיכל בית המדרש הגדול, ווי דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און קריאת השם.
מנחה און של"ס האט דער רבי שליט"א געפירט בחדרו המיוחד. איידער ברכת המזון האט דער רבי געהייסן איבערגעבן אין ביהמ"ד אז מען זאל זינגען ניגוני הודאה לכבוד די עטליכע חתנים אין די קהילה, אזוי אויך צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים. די חתנים זענען דאן אריין בחדרו המיוחד און אנגעכאפט דעם רבי'ן בעת די ניגונים און געטאנצן אינאיינעם.
כלל ישראל איז ווייטער ממשיך מתפלל צו זיין בתפלה לקל חי', אז דער רבי שליט"א זאל האבן א גענצליכע רפואה שלימה מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, מען זאל ווייטער קענען זוכה זיין אויף לאנגע געזונטע יארן חוסה זיין בצל הקודש ולהינות מזיו אורו הבהיר.



