top of page
יהדות צרפת מיטגעלעבט ימי אורה ביים קורצן ביקר חיזוק פון הגאון הגדול ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די היימישע אידנטום אין פראנקרייך האט מיטגעלעבט ימי אורה וחיזוק, בצילו פון מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ממנהיגי עולם התורה, וועלכער איז געקומען צו פארן אויף א דריי טאג'יגע "מסע חיזוק" און אריינגעבלאזן א גייסט פון התחזקות און התחדשות אין די ארטיגע קהילות הקודש. דער ראש הישיבה איז אנטפאנגען געווארן בכבוד הראוי אין די מוסדות התורה והחינוך מיט פאסיגע מעמדי קבלת פנים, אין אלע בתי חינוך ווי דער ראש הישיבה האט באז


המשפיע הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ארויסגעפארן קיין ניו יארק מיט אויסטערלישע זהירות אין שמירת עינים
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די נאכט מוצאי שבת לאחר חצות הלילה איז המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבעג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב ארויסגעפארן אויף א קורצע צוויי טאג'יגע בליץ באזוך קיין ניו יארק, געווידמעט לטובת מוסדותיו הקדושים בעיר השם שמה. הגה"צ ר' צבי מאיר שליט"א וואס איז כידוע גאר שטארק נזהר בעניני קדושה, האט א גאנצן צייט זייענדיג אין לופטפעלד, און אויפן פליגער, זיך אפגעהיטן די אויגן מיט שמירת עינים אויף א אויסטערלישן פארנעם לכל אורך הדרך. אנקו


פיבערהאפטע הכנות אין ירושלים עיה"ק צו געהויבענע מעמדים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט שוין געלאנדעט אויפן אייראפעאישן באדן, זייענדיג על אם הדרך אויפן מסע המרומם קיין ארה"ק, גייען אן די פיבערהאפטע הכנות בחוצות ירושלים מקבל פנים צו זיין פני קדשו, און חסידי סאטמאר זענען אין טיפער שפאנונג, גרייטנדיג זיך מיט אן הכנה דרבה מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א ביים אנקומען קיין ירושלים עיה"ק. מארגן מאנטאג נאכמיטאג וועט די רבי פארלאזן גריכנלאנד וואו די רבי האט זיך אויפגעהאלטן


גרויסן ציבור אין שפיץ פון אדמור"ים ורבנים ביי שמחת הבר מצוה פון אור אייניקל ביי האד' משאץ
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גרויסן ציבור חסידים ומעריצים, בראשות אדמור"י ורבני עיר בני ברק האבן פארגאנגענע וואך מיטגעהאלטן די שמחת הבר מצווה פאר אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, אייניקל ביי בנו הרה"צ רבי שלום אלעזר מאסקאוויטש שליט"א, א זוהן פון זיין איידעם הרה"ג רבי יעקב ישראל רייכמאן שליט"א אייניקל פון הנגיד החסיד ר' חיים דוד רייכמאן שליט"א פון לאנדאן.


השתדלו והרבו תחינה: האד' מביקסאד אראפגעקלאפט דורך א קאר אין וויליאמסבורג
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א מחשובי האדמור"ים אין וויליאמסבורג, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, וועלכער איז נעכטן מוצאי שבת אראפגעקלאפט געווארן דורך א קאר און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד. די רבי שליט"א איז געווען אויפן וועג אהיים נאך מעריב מוצאי שבת ווען ער איז אראפגעקלאפט געווארן דורך א שנעל פארבייפארנדע קאר. די רבי


צוזאמקום פון הונדערטער יוצאי ישיבת טשעבין ביי שבע ברכות בבית ררחמיסטריווקא - טשעביו פארגעקומען אין בארא פארק
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה נחום, JDN א פראכטפולע שמחת השבע ברכות איז פארגעקומען פאריגע וואך צוגעשטעלט דורך איגוד בחורי טשעבין, לכבוד די חתונה פון החתן א זוהן פון הגה"צ ר' שמואל דוד שניאורסאן שליט"א משגיח ישיבת טשעבין, זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, עב"ג די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי. ביים שבע ברכות וואס איז פארגעקומען אין די פראכטפולע ליפשיץ זאל אין בארא פארק, זענען געלאדנט געווארן


השתדלו והרבו תחינה: האד' מקרעטשניף וועט מארגן זונטאג אדורכצוגיין אפעראציע אין שפיטאל
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל ישראל טוט מתפלל זיין לרפואת אחד מחשובי האדמור"ים, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט מארגן אדורכצוגיין א אפעראציע, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים. היינט מוצאי שבת איז דער רבי אריינגעפארן צו די תל השומר שפיטאל נעבן תל אביב וואו מען וועט מארגן דורכפירן די אפעראציע וואס איז באשטימט אויף די פארמיטאג שעות, מיטן האפענונג צו היילן פארשידענע מיחושים וואס פלאגט דעם רבי'ן ל"ע די לעצטע תקופה. חסידי קרעטשניף וועל


קַדֶּשׁ לִי כָל בְּכוֹר: שמחת פדיון הבן אין הויפן פון ביאלא - קאפיטשניץ - קוזמיר - לעלוב בית שמש
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער שמחת פדיון הבן פון היניק זוהן פון הרה"צ רבי יעקב יצחק טאוב שליט"א איידעם ביי כ"ק האדמו"ר מביאלא שליט"א, אור אייניקל פון האדמור"ים מקאפיטשניץ, קוזמיר, און לעלוב בית שמש, די שמחה איז פארגעקומען אין גרויסן ביאלא ביהמ"ד אין ירושלים אין שפיץ פון די זיידעס האדמור"ים שליט"א.


"כינוס עסקנים" בחצה"ק זוטשקא אלס הכנה צום ויעדה הגדולה "כי בא אורך" צום אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול והחדש זוטשקא
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי שוין ברייט באריכעט, האט מען דעם פארגאנגענעם חודש תשרי באנייעט דער צייטווייליגער נייער היכל הגדול פונעם זוטשקא הויף אין בני ברק, הארט נעבן דעם ביז יעצטיגן בית המדרש, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור המסתופפים בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, אצינד ווען מען גרייט זיך צום בעפארשטייענדע מעמד אדיר "כי בא אורך", וואס וועט פאראייניגן הונדערטער חסידים ובאי חצר הקודש זוטשקא, ווי מען וועט אריינטאנצן אין א אלוועלטליכע ק


שיינע רבישע חתונה אין לאנדאן פון החתן נכד האד' מביאלא לאנדאן עב"ג הכלה נכדת האד' מנדבורנה באניא
פרייטאג פ' חי שרה • כ''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין לאנדאן הבירה איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' ישראל שטערנבוך שליט"א, זון פון הגה"צ ראב"ד אנטווערפן זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יהושע לייפער שליט"א אב"ד קהל חסידים אין די טאטענהעם געגנט אין לאנדאן, זון פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא באניא שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' צבי אלימלך פרענקל שליט"א אב"ד בית חדש לאנדאן, די שמחה איז


קרית יואל: שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האד' מסאטמאר
פרייטאג פ' חי שרה • כ''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך דאנערשטאג איז כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פונעם משב"ק ויד ימינו הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו צום שמחת התנאים פון בתו הכלה, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דעם רבינס בעפארשטייענדע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון, די קדושה פון אתרא קדישא מירון און פילע מנהגים, מעשיות און נסים וואס עס איז דא אין מירון


האד' מסטאניסלאוו צוגאסט אין ארה"ק לכבוד יארצייט פון אביו כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו זצ"ל
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN בחדוה עילאה, האבן תושבי ארץ הקודש, און חסידי סטאניסלאוו בפרט, מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף א באזוך קיין ארץ ישראל, אויף וואס דער ציבור חסידים האט שוין ארויסגעקוקט אזא לאנגע צייט. דער סטאניסלאווער רבי, איז פון די געהויבענע צדיקים אין מאנסי, ארום וועמען עס קלאמערן זיך פילצאליגע חסידים, ומעריצים. אצינד, נאך עטליכע יאר פונעם רבינס פריערדיגן באזוך אין ארץ ישראל,


הונדערטער צעמענט-טראקס געגאסן ערשטע שטאק פונעם בנין האדיר מרכז העולמי ישועות משה וויזניץ אין בני ברק
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער די בני ברק'ער גאסן ארום רחוב שלמה המלך האבן די פארלאפענע מעת לעת געווירבלט מיט אן אומאויפהערליכע גערויש פון הונדערטער "צעמענט טראקס" וואס האבן זיך געשלענגעלט און געמאכט זייער וועג צום גיגאנטישן שטח הבני' וואו ס'ווערט געבויט דער בית אדיר וקדוש, דער נייער "מרכז העולמי" ישועות משה וויזניץ, וואו ס'איז דורכגעפירט געווארן נאך א גאר קריטישע בוי שטאפל אין די פארצווייגטע בוי-פראיעקט וואס שפאנט העפטיג פאר


הילולא קדישא פון הרה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל אפגעצייכנט בצל בנו גאב"ד מאקאווא
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד מלכה,JDN מיט גרויס התעוררות איז ביי מאקאווא חסידים און תלמידים אפגעראכטן געווארן דער יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין קרית אתא, באותו מקום וואו דער בעל ההילולא האט מפיץ געווען תורה ויראה פאר צענדליגער יארן נאכאנאנד. מאנטאג נאכט בליל ההילולא, איז דער רב שליט"א ערשינען אין די נייע ישיבה קטנה "עטרת משה מאקאווא" אין קרית אתא, וו


תשובה ברורה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א צו האד' מסאטמאר ערשיינט לקראת די מסע המרומם קיין ארה"ק
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דער מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט אלפי חסידי סאטמאר וואס גרייטן זיך מיטצהאלטן דעם מסע הקודש, האט אויפגעברענגט פארשידענע שאלות וואס איז ספציעל נוגע ביי די איצטיגע נסיעה, און ווערט קלאר אויסגעשמועסט אין א תשובה נפלאה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכער האט מעלה געווען בכתב א לענגערע תשובה אדרעסירט צום סאטמארער רבי'ן, איבער פארשידענע שאלות, ובפרט איבער דעם נושא פון אמירת "ותן טל


ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי וועט דינען אלס אכסניא של שמחה צום גרויסן וויזניצער חתונה אין שטאט מאנסי
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די כלה תחי' א טאכטער פונעם רבינס איידעם הגה"צ רבי נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א, וועט פארקומען אויף א גרויסארטיגן פארנעם אינעם ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי וויזניץ אין מאנסי. די חתונה וואס איז באשטימט אויף מיטוואך ויצא, צוויי טעג נאכן חתונה הגדולה בחצרות סקווירא - וויזניץ, האט ארגינעל געלאזט פארקומען אין איינע פון די זאלן לאקאל אין מא


הונדערטער חסידים ואנשי מעשה לעבן מיט דערהויבענע "שבת המרומם" אין "המספיק רעזארט" מיט האד' מקהל חסידי ירושלים
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם,JDN א זעלטן דערהויבענער "שבת המרומם" איז געפראוועט געווארן אינעם פרעכטיגן "המספיק רעזארט" האטעל אין אפסטעיט ניו יארק, וואו הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן אינאיינעם מיטגעלעבט א גאר ערהאבענעם שבת, בראשות פון דעם גרויסן גאסט פון ארץ הקודש, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, וועלכער געפינט זיך צוגאסט אין אמעריקע אויפצוטרייבן גרויסע סכומים לטובת די הייליגע כולל אימפעריע בנשיאותו אין ארצינו הקדוש


האדמור"ים מבית יצחק ספינקא און ראחוב באזוכן ביי האד' מסאטמאר לכבוד השמחה במעונם
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין פארלאפענעם וואך איידער דער שמחת הנישואין בחצרות בית יצחק ספינקא - ראחוב וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, זענען די געהויבענע זיידעס און מחותנים אריבערגעגאנגען אויף א ביקור נימוסין בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מקבל צו זיין מברכותיו לרגל דעם שמחת הנישואין און מכבד זיין דעם רבי'ן מיט סידור קידושין. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני נישואין, און דער רבי שליט"א האט געוואונט


געהויבענער שבת אין לאנדאן מיט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין עיר הבירה לאנדאן איז די וואך געווען צוגאסט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, על ישראל הדרתו אין בארא פארק. דער רבי שליט"א איז דאנערשטאג צופרי אנגעקומען אין שטאט, און איז אפגעווארט געווארן ביים היטרוי עירפארט, פון וואו מ'איז אריינגעפונען צו דער אכסניא בבית הנגיד ר' יחזקי' קריטצלער הי"ו, וואו אידן זענען באלד געקומען אפנעמען שלום, און אריינגעגאנגען ליהנות עצה ותושי'. דאנערשטאג אין אווענט האט דער רבי שליט"א אפ


דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידי ישיבות קטנה דסאטמאר פון אלע סניפים דורך הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די הונדערטער בחורי חמד, תלמידים פון די זעקס סניפים פון די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, האבן די וואך געהערט די ווארעמע דברי פתיחה פון הגה״צ אבד״ק ור״מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, וואס האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די טייערע בחורים להתעלות דרגות רמות בעבודת השי״ת. די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, איז איינגעטיילט אין זעקס באזונדערע סניפים מיט עקסטערע מרביצי תורה ומנהלים רוחניים שליט״א, אונטער די השפעה פון ה


bottom of page

