המשפיע הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ארויסגעפארן קיין ניו יארק מיט אויסטערלישע זהירות אין שמירת עינים
- sfbechatzros
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

די נאכט מוצאי שבת לאחר חצות הלילה איז המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבעג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב ארויסגעפארן אויף א קורצע צוויי טאג'יגע בליץ באזוך קיין ניו יארק, געווידמעט לטובת מוסדותיו הקדושים בעיר השם שמה.
הגה"צ ר' צבי מאיר שליט"א וואס איז כידוע גאר שטארק נזהר בעניני קדושה, האט א גאנצן צייט זייענדיג אין לופטפעלד, און אויפן פליגער, זיך אפגעהיטן די אויגן מיט שמירת עינים אויף א אויסטערלישן פארנעם לכל אורך הדרך. אנקומענדיג אין לופטפעלד האט ער זיך מעטף געווען בטליתו און איבערגעדעקט דעם גאנצן קאפ, בעת די גבאים האבן אים ארומגעפירט דעם וועג ביז צום פליגער. אזוי אויך ארויפקומענדיג אויפן פליגער איז ער געזעסן א גאנצן וועג איבערגעדעקט מיטן טלית, און זיך פארשטאפט די אויערן כדי ער זאל נישט קענען הערן קיין שום פרעמדע קולות, און אזוי עוסק געווען בתורה ובתפלה דורכאויס די גאנצע נסיעה. בלויז געציילטע מאל ווען דער משפיע האט זיך פארגעשריבן חידושי תורה האט ער זיך עטוואס ארויפגעריקט דעם טלית.
ביי זיין פלאץ אויפן פליגער איז געווען אויסגעשפרייט א גרויסע ליילעך וואס זאל דינען אלס מחיצה צווישן דעם משפיע און די פלי מאנשאפט. דאס קומט נאכדעם וואס ביי די איצטיגע נסיעה איז נישט געווען מעגליך צו באשטעלן אלע ארומיגע זיץ פלעצער אויפן פליגער ווי ביי די פיערדיגע נסיעות, און דעריבער האט מען אויסגעשפרייט די מחיצה ביי זיין זיץ.
ווי ערווענט, וועט דער משפיע וויילן אין אמעריקא בלויז פאר צוויי טעג. היינט זונטאג אויפדערנאכט קומט פאר ווי באריכטעט, די מעמד מיוחד און די "וועסטשעסטער קאונטי" זאל אין ניו יארק מיטן ציל להחיות נפש צדיק, אויפצוטרייבן ריזיגע סומעס לטובת די מוסדות און ביהמ"ד פונעם משפיע.





