top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פיבערהאפטע הכנות אין ירושלים עיה"ק צו געהויבענע מעמדים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

  • sfbechatzros
  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט שוין געלאנדעט אויפן אייראפעאישן באדן, זייענדיג על אם הדרך אויפן מסע המרומם קיין ארה"ק, גייען אן די פיבערהאפטע הכנות בחוצות ירושלים מקבל פנים צו זיין פני קדשו, און חסידי סאטמאר זענען אין טיפער שפאנונג, גרייטנדיג זיך מיט אן הכנה דרבה מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א ביים אנקומען קיין ירושלים עיה"ק.


מארגן מאנטאג נאכמיטאג וועט די רבי פארלאזן גריכנלאנד וואו די רבי האט זיך אויפגעהאלטן היינט איבערן טאג, און אפרייזן מיט א פריוואטער פליגער קיין ארץ ישראל.


שפעטער ביינאכט אפגעהאלטן ווערן דער גרויסער מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א, אינעם גרויסן שאטער וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן לכבוד המאורע אויף די דורש טוב דאס אין שכונת עזרת תורה, וואו מען וועט האבן די זכי' צו הערן די דברות קודש וואס דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין.


במשך די נאכפאלגענדע טעג ביז שבת וועט דער רבי שליט"א זיך אויפהאלטן אין ירושלים עיה"ק, און עס וועלן אפגעראכטן ווערן א ריי מיט מעמדים במשך די טעג, ווען אינצווישן וועט דער רבי שליט"א באזוכן אין די הייליגע מוסדות יטב לב אין ירושלים, סיי ביי די תלמידי תלמוד תורה, און סיי ביי די תלמידי הישיבה, וועלכע וועלן האבן די זכי' מיטצודאווענען צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א.


ווי אויך וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן א געהויבענער חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי סאטמאר תושבי ירושלים עיה"ק.


מיטוואך אינדערפרי וועט דער רבי שליט"א צופארן אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים צום “הר הצופים” צו רייסן קריעה כדת וכדין, נאכן זען דעם מקום הקודש.


דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסער מעמד "יציקת הקומות" פון דעם נייעם גיגאנטישער בנין וואס בויט זיך אין ירושלים עיה"ק, דער צענטער פון עדת חסידי סאטמאר אויף וואס דער ציבור קוקט אזוי שטארק ארויס.


הערשט דעם פרייטאג ערב שבת חיי שרה האט מען באקומען אלע נויטיגע פערמיטן אויפצושטעלן דעם גיגאנטישן שאטער אויפן שטח הענקי 'רחבת שנעלער' אויף די מלכי ישראל גאס אין צענטער פון ירושלים עיה''ק, וואו עס וועט אפגעהאלטן ווערן דער מעמד, וואו דער גאנצער ציבור וועט האבן די מעגליכקייט מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד.


עס ווערט אין די טעג אויפגעשטעלט דער גיגאנטישער שאטער, און צו די באשטימטע שעה דאנערשטאג נאכמיטאג וועלן אלפי חסידי סאטמאר פון נאנט און ווייט, ובראשם די גאוני וצדיקי וחכמי ירושלים עיה"ק שליט"א, זיך צונויפזאמעלען מיטצוהאלטן די שמחה פון עדת חסידי סאטמאר אין ירושלים, ווען דער רבי שליט"א וועט גיסן די יסודות פון דעם בנין הגדול וואס בויט זיך אין ירושלים עיה"ק לשם ולתפארת.


דער מעמד אנטשפראכט צו זיין גאר א גייסטרייכער און געהויבענער, און אלפי חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט, וואס גרייטן זיך מיטצוהאלטן דעם מסע הקודש פון רבי'ן שליט"א, שטעלן אויס זייערע רייזע־פלענער, אנצוקומען קיין ארה"ק בעוד מועד, אזוי נישט צו פארפאסן דעם געהויבענעם מעמד נשגב.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page