געהויבענער שבת אין לאנדאן מיט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א
- sfbechatzros
- 13 בנוב׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
אין עיר הבירה לאנדאן איז די וואך געווען צוגאסט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, על ישראל הדרתו אין בארא פארק. דער רבי שליט"א איז דאנערשטאג צופרי אנגעקומען אין שטאט, און איז אפגעווארט געווארן ביים היטרוי עירפארט, פון וואו מ'איז אריינגעפונען צו דער אכסניא בבית הנגיד ר' יחזקי' קריטצלער הי"ו, וואו אידן זענען באלד געקומען אפנעמען שלום, און אריינגעגאנגען ליהנות עצה ותושי'.
דאנערשטאג אין אווענט האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א וויזיט ביי די רבני העיר, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, דער סגן גאב"ד הגאון הגדול רבי שלום פריעדמאן שליט"א, ועוד.
פרייטאג צו נאכטס האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף קעיזנאוו ראוד, וואו ער האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה. נאכן דאווענען איז דער ציבור איבער וואונטשן גוט שבת.
דער טיש איז פארגעקומען אין זאל פון פרדס, וואו עס האבן באשיינט דעם אויבנאן האבן באשיינט די רבנים פון שטאט, הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אב"ד סאטמאר לאנדאן, דומ"ץ סקווירא, דומ"ץ קרעטשניף, די מוצי"ם פון ק"ק סאטמאר און נאך.
צומארגנס ביום השב"ק האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין גרויסן סאטמערער ביהמ"ד אויף קלעפטן, און איז נאכן דאווענען מכובד געווארן מיט סנדקאות ביי א ברית. דער מיטאג טיש איז געווען אין דער אכסניא.
צו מנחה ושלש סעודות איז מען צוגעגאנגען צום גרויסן סקווערער ביהמ"ד, וואו דער דיין שליט"א האט איבערגעגעבן דעם גאנצן שלש סעודות פאר'ן רבי'ן שליט"א. מלוה מלכה איז פארגעקומען אין הויז פון הרה"ח ר' יהושע נחמן שרייבער הי"ו, מחשובי חסידי סאטמאר, וואו מ'האט געהערט גאר שיינע עובדות, בפרט פונעם פריערדיגע בעלזער רב זי"ע, וועמענס יארצייט עס פאלט אויס היינטיגן דאנערשטאג כ"ב מרחשון.
נעכטן מיטוואך אווענט ליל הילולת מרן הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע, איז דער רבי שליט"א געווען דער אורח הכבוד ביי דער סעודת הילולא אין גרויסן ביהמ"ד דחסידי בעלזא אויף ביוטן ראוד, און היינטיגן דאנערשטאג פארט מען בעז"ה אהיים קיין ניו יארק.














תגובות