השתדלו והרבו תחינה: האד' מקרעטשניף וועט מארגן זונטאג אדורכצוגיין אפעראציע אין שפיטאל
- sfbechatzros
- 15 בנוב׳ 2025
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

כלל ישראל טוט מתפלל זיין לרפואת אחד מחשובי האדמור"ים, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט מארגן אדורכצוגיין א אפעראציע, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים.
היינט מוצאי שבת איז דער רבי אריינגעפארן צו די תל השומר שפיטאל נעבן תל אביב וואו מען וועט מארגן דורכפירן די אפעראציע וואס איז באשטימט אויף די פארמיטאג שעות, מיטן האפענונג צו היילן פארשידענע מיחושים וואס פלאגט דעם רבי'ן ל"ע די לעצטע תקופה.
חסידי קרעטשניף וועלן זיך מארגן זונטאג צוזאמקומען אין די בתי מדרשים בשעת די אפעראציע, און מתפלל זיין אז אלעס זאל אדורכגיין כשורה, און די רבי שליט"א, מרן מנחם אליעזר זאב בן אסתר רחל, זאל אהיימקומען געזונטערהייט אינגיכן מיט פרישע כוחות.פארגאנגענעם דאנערשטאג איז די רבי שליט"א ארויפגעגאנגען צום ציון הק' פון אביו הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע אויפן בית החיים אין רחובות וואו די רבי האט מתפלל געווען ביחידות א לענגערע וויילע.







תגובות