הונדערטער צעמענט-טראקס געגאסן ערשטע שטאק פונעם בנין האדיר מרכז העולמי ישועות משה וויזניץ אין בני ברק
- sfbechatzros
- לפני 7 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
די בני ברק'ער גאסן ארום רחוב שלמה המלך האבן די פארלאפענע מעת לעת געווירבלט מיט אן אומאויפהערליכע גערויש פון הונדערטער "צעמענט טראקס" וואס האבן זיך געשלענגעלט און געמאכט זייער וועג צום גיגאנטישן שטח הבני' וואו ס'ווערט געבויט דער בית אדיר וקדוש, דער נייער "מרכז העולמי" ישועות משה וויזניץ, וואו ס'איז דורכגעפירט געווארן נאך א גאר קריטישע בוי שטאפל אין די פארצווייגטע בוי-פראיעקט וואס שפאנט העפטיג פאראויס לנצח על מלאכת בית ה', אראפצוגיסן די ריזיגע קוואנטומען צעמענט און בעטאן צום טיפן אפגרונד אינעם יסוד הבנין, פארמירנדיג דעם ערשטן שטאק פונעם מעכטיגן געביידע וואס איז אצינד געגאסן געווארן.
מיט עטליכע חדשים צוריק איז שוין געגאסן געווארן די יסודות הבנין און אצינד האט מען זיך גענומען צום קומענדיגן שלב, צו גיסן די יסודות פונעם אונטרשטן שטאק ביי די שמחה זאלן אינעם בנין וואס וועלן גערופן ווערן "אולמות השמחה ישועות משה", וואו וויזניצער חסידים וועלן פראווענען אלע זייערע שמחות מקטן ועד גדול אויף א ביליגער פארנעם און בדרך כבוד.












































