תשובה ברורה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א צו האד' מסאטמאר ערשיינט לקראת די מסע המרומם קיין ארה"ק
- sfbechatzros
- 13 בנוב׳
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דער מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט אלפי חסידי סאטמאר וואס גרייטן זיך מיטצהאלטן דעם מסע הקודש, האט אויפגעברענגט פארשידענע שאלות וואס איז ספציעל נוגע ביי די איצטיגע נסיעה, און ווערט קלאר אויסגעשמועסט אין א תשובה נפלאה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכער האט מעלה געווען בכתב א לענגערע תשובה אדרעסירט צום סאטמארער רבי'ן, איבער פארשידענע שאלות, ובפרט איבער דעם נושא פון אמירת "ותן טל ומטר".
די שאלה איז ספציעל נוגע ביי די איצטיגע נסיעה, נאכדעם וואס אין ארץ ישראל האט מען שוין מיט עטליכע וואכן צוריק אנגעהויבן צו זאגן "ותן טל ומטר" ווי עס איז דער סדר אין ארץ ישראל אז ביום ז' חשון הייבט מען שוין אן צו זאגן ותן טל ומטר אנשטאט "ותן ברכה". דאקעגן אין חו"ל הייבט מען אן ותן טל ומטר ערשט זעכציג טעג נאך תקופת תשרי, וואס געפאלט אויס דאס יאר דאנערשטאג נאכט, ליל שישי פרשת וישלח, ליל ט"ו כסלו.
דער דיין שליט"א האט דערביי מברר געווען דעם גאנצן נושא באריכות, און איז מכריע בדעתו וויאזוי מען זאל זיך פירן הלכה למעשה, סיי יעדער פאר זיך, און סיי די וואס דארפן דאווענען פאר'ן עמוד, זייענדיג אין יאר אדער צוליב א יארצייט, וויאזוי מען זאל זיך נוהג זיין ביי די שטילע און ביי די הויכע שמנה עשרה.









תגובות