top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער חסידים ואנשי מעשה לעבן מיט דערהויבענע "שבת המרומם" אין "המספיק רעזארט" מיט האד' מקהל חסידי ירושלים

  • sfbechatzros
  • 13 בנוב׳
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם,JDN

א זעלטן דערהויבענער "שבת המרומם" איז געפראוועט געווארן אינעם פרעכטיגן "המספיק רעזארט" האטעל אין אפסטעיט ניו יארק, וואו הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן אינאיינעם מיטגעלעבט א גאר ערהאבענעם שבת, בראשות פון דעם גרויסן גאסט פון ארץ הקודש, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, וועלכער געפינט זיך צוגאסט אין אמעריקע אויפצוטרייבן גרויסע סכומים לטובת די הייליגע כולל אימפעריע בנשיאותו אין ארצינו הקדושה.


דער רבי שליט"א האט זיך מטריח געווען בטירחא דגופא ובטלטולא דאורחא מהתם להכא צו צוזאמקלייבן געלט פאר זיינע מוסדות על טהרת הקודש, און גלייכצייטיג אריינשיינען מזיו אורו פאר חסידיו הנאמנים און פאר דעם יהדות הנאמנה אין חוץ לארץ בכלליות.


די בשורה איבער דעם רבינס קומען קיין אמעריקע האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט, און ווי נאר די מודעות זענען ארויס אז דער רבי גייט פראווען א שבת אויף א גרויסן פארנעם בהרי הקעטסקילס, האבן זיך הונדערטער אידן איינגעשריבן ביז די לעצטע מינוט ועד בכלל, צו האבן די זכי' מיטצוהאלטן דעם גרויסן שבת.


אום פרייטאג מיטאג האט זיך אנגעהויבן אנצוזען א שטראם פון הונדערטער אידן, זקנים עם נערים, אנשים מכובדים ואנשי שם פון איבער אלע געגנטער איבער ניו יארק און ניו דזשערזי, אריינגערעכנט וויליאמסבורג, קרית יואל, מאנסי, בארא פארק, לעיקוואוד און נאך. די עסקנים האבן יעדן מקבל פנים געווען בסבר פנים יפות, מען האט פאר יעדן צוגעצייגט וואו זייער שטוב איז, און דער ציבור האט זיך דערקוויקט מיט די געשמאקע און נארהאפטיגע טועמי' חיים זכו וואס איז צוגעשטעלט געווארן.


דער גאנצער שבת איז געפראוועט געווארן מיט א זעלטענעם קאך און ברען כנוסח קארלין, וואו דער גאנצער ציבור אינאיינעם האט געברענט פאר'ן אייבערשטן מיט א העכערקייט.


די סעודות און טישן זענען אפגעראכטן געווארן אויף אן אויסנאם דערהויבענעם בדברי תורה ושירות ותשבחות לקל חי וקים. דער טיש ליל שבת מתחלתו ועד סופו איז געווען גאר דערהויבן בדברי תורה ושירות ותשבחות לקל חי. אין לויף פונעם טיש האט דער רבי עטליכע מאל געזאגט דברי תורה אויף על פרשת השבוע. נאכ'ן זינגען מנוחה ושמחה האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן ברגשי קודש להבת שלהבת פאר א האלבע שעה אויף די ווערטער 'יזכו לרב טוב המתענגים בה'. דערנאך האט דער רבי געזאגט א בחינה אויף די ווערטער, איבער 'עונג שבת'. נאך די זופ איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבערגעגאנגען געבן לחיים פאר'ן רבי'ן. דאס אליינס האט גענומען קרוב צו א שעה צייט, בעת דער רבי האט יעדעם פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות.


נאכ'ן דאווענען שבת אינדערפרי איז מען תיכף געגאנגען עסן די סעודה בראשות דעם רבי'ן שליט"א. ביי די סעודה האט מען געזונגען פילע ניגוני שמחה וניגוני התעוררות לכבוד שבת קודש. במשך א האלבע שעה האט דער רבי פארגעלערנט "חסידות", וואס איז א ליקוט פון מאמרים מפי ספרי חסידות הקודמים. 


וכמעשהו בראשון ובשני איז אויך דער שלש סעודות פארגעקומען אויף גאר א דערהויבענעם פארנעם, ווען דער ציבור זינגט די זמירות מיט אן אש קודש און ווארימען זיך מיט די דברי תורה פונעם רבי'ן שליט"א.


נאך שלש סעודות איז ווידעראמאל פארגעקומען גאר געהויבענע ריקודין אויפ'ן אייגענארטיגן פארנעם וואס איז באקאנט בחצר קהל חסידי ירושלים, די ריקודין של שמחה האבן זיך געצויגן פאר א לענגערע וויילע למעלה למעלה. נאך די ריקודין האט מען געבענטשט ברכת המזון נאכגעפאלגט מיט הבדלה ברוב עם.


נאך הבדלה איז פארגעקומען א ספעציעלע שמועס דורכ'ן רבי'ן שליט"א פאר די בחורי חמד, וואס וועט זיי באגלייטן פאר א לענגערע צייט.


מיט דערהויבענע געפילן פול מיט בענקשאפט האט זיך דער גאנצער ציבור געזעגנט און מען האט זיך אהיימגעקערט לביתם פול מיט ווארעמקייט און התרוממות הנפש אויפ'ן גאנצן יאר.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page