ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי וועט דינען אלס אכסניא של שמחה צום גרויסן וויזניצער חתונה אין שטאט מאנסי
- sfbechatzros
- 13 בנוב׳
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די כלה תחי' א טאכטער פונעם רבינס איידעם הגה"צ רבי נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א, וועט פארקומען אויף א גרויסארטיגן פארנעם אינעם ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי וויזניץ אין מאנסי.
די חתונה וואס איז באשטימט אויף מיטוואך ויצא, צוויי טעג נאכן חתונה הגדולה בחצרות סקווירא - וויזניץ, האט ארגינעל געלאזט פארקומען אין איינע פון די זאלן לאקאל אין מאנסי, אבער אצינד נאך וואס עס איז באשטעטיגט געווארן דעם רבינס באזוך אין ניו יארק לכבוד די צוויי שמחות, האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט, אין דעם זמן קצר, צו באטראכטן אלע מעגליכע אפציעס צו קענען פראווענען די חתונה אויף א גרעסערן פארנעם, נעמענדיג אין באטראכט די פלייץ פון טויזנטער חסידים וואס זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די גרויסארטיגע חתונה.
איינע פון די אפציעס איז געווען דער גרויסער וויזניצער ביהמ"ד אין מאנסי, וואס די ראשי הקהילה בחצר הקודש וויזניץ מאנסי האבן אנגעטראגן בטוב עין, נאכן אנפרעגן ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א איבער די מעגליכקייט פון פראווענען די חתונה אין ביהמ"ד, צו וואס דער רבי האט צוגעשטימט בחפץ לב, און אצינד איז שוין געלאזט געווארן אין גאנג א פיבערהאפטיגע צוזאמענארבעט צווישן די עסקנים פון ביידע הויפן צוצושטעלן אלע נויטיגע איינריכטונגען פאר די חתונה הגדולה ווי פארענטשעס, סטעידזשעס, עזרת נשים, פארקינג און נאך צרכים.



