top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

"כינוס עסקנים" בחצה"ק זוטשקא אלס הכנה צום ויעדה הגדולה "כי בא אורך" צום אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול והחדש זוטשקא

  • sfbechatzros
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

ווי שוין ברייט באריכעט, האט מען דעם פארגאנגענעם חודש תשרי באנייעט דער צייטווייליגער נייער היכל הגדול פונעם זוטשקא הויף אין בני ברק, הארט נעבן דעם ביז יעצטיגן בית המדרש, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור המסתופפים בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, אצינד ווען מען גרייט זיך צום בעפארשטייענדע מעמד אדיר "כי בא אורך", וואס וועט פאראייניגן הונדערטער חסידים ובאי חצר הקודש זוטשקא, ווי מען וועט אריינטאנצן אין א אלוועלטליכע קאמפיין אויפצוטרייבן ריזיגע סכומים לטובת דעם מאסיוון אויפבוי פונעם בית המדרש הגדול, איז אפגעהאלטן געווארן א "כינוס העסקנים" וואו מען האט געהאט די זכי' צו די פערזענליכע השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, וועלכע האט זיך אין די לעצטע תקופה אריינגעלייגט ראשו ורובו בעובי הקורה איבער אלע בוי פלענער פונעם נייעם בית המדרש, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען הארציגע דברות קודש פאר די עסקנים.


צווישן זיינע ווערטער האט דער רבי זיך מתנצל געווען, אז ער שפירט נישט אז ער איז געמאכט זיך אריינצוטון אין בוי פלענער, אבער ההכרח לא יגונה, די ביז יעצטיגע ענגשאפט אינעם אלטן היכל בית המדרש איז צוגעקומען צו פיקוח נפש ממש, און מען מוז זען זאפארט צו א ענדגילטיגע מקום רחבת ידים. אזוי אויך האט דער רבי שליט"א געזאגט אז עס איז ניתן להאמור דאס וואס מאנכע קלערן אז אויפצובויען אזא שיינע ריזיגע בית המדרש הגדול מיט איר פולסטע פראכט ווערט נישט אינגאנצן געטון לשם שמים ממש, אבער עס איז זיכער אז די יסוד דערפון איז מיט א כוונה בלויז לשם שמים.


במשך דעם כינוס העקסנים האט מען אויסגעשמועסט ווייטערדיגע פלענער איבער די בוי ארבעט ביים בית המדרש, וויאזוי דאס זאל קענען בס"ד אהערגעשטעלט ווערן על צד היותר טוב מיט אלע איינצלהייטן ברוחניות ובגשמיות פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור.


דארט בעת דעם כינוס אסיפה האט מען באשטימט דעם דאטום פונעם גראנדיעזן וויעדה, מעמד "כי בא אורך" אויף דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת ויצא ט' כסלו הבעל"ט, אין די פראכטפולע "ווינישן" זאל אין פתח תקוה, ווי עס איז ערווארטעט א מאסן השתתפות פון המוני חסידים, באי חצר הקודש זוטשקא.


צום מעמד הגדול זענען אויך גלאדענט געווארן ידידים און מעריצים וואס זענען נהנה פונעם רבינ'ס אור הבהיר רונדע דעם יאר, אזוי אינאיינעם אוועקצושטעלן א קראנטע יסוד פארן אויפבוי פונעם בית המקדש מעט היכל בית המדרש הגדול והחדש דחסידי זוטשקא אין בני ברק.


ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page