קרית יואל: שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האד' מסאטמאר
- sfbechatzros
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' חי שרה • כ''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך דאנערשטאג איז כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פונעם משב"ק ויד ימינו הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו צום שמחת התנאים פון בתו הכלה, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דעם רבינס בעפארשטייענדע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון, די קדושה פון אתרא קדישא מירון און פילע מנהגים, מעשיות און נסים וואס עס איז דא אין מירון עד היום הזה. דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים און געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.

























































