הילולא קדישא פון הרה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל אפגעצייכנט בצל בנו גאב"ד מאקאווא
- sfbechatzros
- 13 בנוב׳ 2025
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:דוד מלכה,JDN
מיט גרויס התעוררות איז ביי מאקאווא חסידים און תלמידים אפגעראכטן געווארן דער יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין קרית אתא, באותו מקום וואו דער בעל ההילולא האט מפיץ געווען תורה ויראה פאר צענדליגער יארן נאכאנאנד.
מאנטאג נאכט בליל ההילולא, איז דער רב שליט"א ערשינען אין די נייע ישיבה קטנה "עטרת משה מאקאווא" אין קרית אתא, וואס איז געעפנט געווארן צום היי יאריגן שנת הלימודים, בהדרכתו המלאה פונעם רב שליט"א, וועלכער באגלייט די ישיבה אויף א פערזענליכן פארנעם.
נאכן דאווענען מעריב פארן עמוד, האט דער רב שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש איבער די זכיה וואס מען האט געהאט די יאר, צו גרינדען די ישיבה על שמו ולזכרו פונעם בעל ההילולא, דערמיט צו צושטאנדברענגען רצון קדשו וואס האט קורצליך בעפאר זיין הסתלקות אויסגעדרוקט זיין שטרעבונג אויפצושטעלן און מייסד זיין א ישיבה אין קרית אתא.
דערנאך האט זיך דער רב שליט"א געוואשן צום סעודת הילולא בביתו נאווה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה. מיט בענטשן האט דער רב שליט''א מכבד געווען חתנו חביבו הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא.
באישון ליל נאכן סעודה איז דער רב ארויף צום ציון הק' אויפן בית החיים אין קרית אתא אינאיינעם מיט די בני המשפחה וואו מען האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים בהתעוררות רב.
צופרי האט דער רב שליט"א געדאווענט שחרית בהיכל הכולל וואו ער האט נאכן דאווענען איבערגעגעבן דעם קביעות'דיגן חומש רש"י שיעור, וואס האט געדויערט אנדערטהאלבן שעה מתובל מיט עובדות און סיפורים איבער די הייליגע עבודה פונעם בעל ההילולא.
נאכמיטאג איז פארגעקומען די צענטראלער מעמד עלי' לציון וואו דער רב שליט"א האט - צום צווייטן מאל - אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים. אלס שליח ציבור האט געדינט דעם רב'ס ברודער הגה"צ גאב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א.
פארנאכטס האט דער רב שליט''א אויסגעפאסט פונעם תענית און דערנאך אריינגעקומען צום סעודת הילולא רבתי אינעם היכל הישיבה, וואו עס הנאבן זיך אנגעזעהן בראש המסובים אויפן אויבן אן פילצאליגער אדמור"ים ורבנים חשובים נכדי בעל ההילולא, צווישן זיי האדמו"ר מזוועהיל, דעעש ירושלים, סאווראן ביתר, און הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז און אמעריקא.
אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט געהויבענע שררטיכן פונעם בעל ההילולא. אזוי אויך איז געהערט געווארן דברי זיכרון כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים שליט"א און נאך עטליכע רבנים פון קרית אתא וועלכע האבן מעלה געווען זכרו של אותו גאון וצדיק וואס האט באלאכטן די שטאט מיט זיין קדושה וצדקות.
מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן הרה''ג ר' משה אשרי שליט"א איידעם פונעם בעל ההילולא.



















תגובות