האד' מסטאניסלאוו צוגאסט אין ארה"ק לכבוד יארצייט פון אביו כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו זצ"ל
- sfbechatzros
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
בחדוה עילאה, האבן תושבי ארץ הקודש, און חסידי סטאניסלאוו בפרט, מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף א באזוך קיין ארץ ישראל, אויף וואס דער ציבור חסידים האט שוין ארויסגעקוקט אזא לאנגע צייט.
דער סטאניסלאווער רבי, איז פון די געהויבענע צדיקים אין מאנסי, ארום וועמען עס קלאמערן זיך פילצאליגע חסידים, ומעריצים. אצינד, נאך עטליכע יאר פונעם רבינס פריערדיגן באזוך אין ארץ ישראל, האט דער רבי שליט"א אונטערגענומען א פרישע נסיעה לכבוד די הילולא קדישא פון אביו כ"ק אדמו"ר מסטאנסילאוו זצ"ל וואס איז אויסגעפאלן דינסטאג אויפדערנאכט.
דורכאויס די וואך האלט זיך די רבי אויף ירושלים עיה"ק בבית האכסניא אין די דירה פון מקורבו הנגיד ר' שמואל הורוויץ הי"ו פון מאנסי.
דינסטאג נאכט האט די רבי שליט''א מיטגעהאלטן די סעודת הילולא בבית מדרשו פון אחיו כ''ק האדמו''ר מלינסק שליט''א אין בני ברק, וואו די רבי האט געזאגט תורה און איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון.
די רבי וועט אויסנוצן די געלעגנהייט מתפלל צו זיין ביי מקומות הקדושים און אויפנעמען די חסידים לעצה ולברכה. דער הויעכפונקט פונעם נסיעה וועט זיין דעם קומענדיגן שבת פ' חיי שרה ווען די רבי וועט פראווען א שבת התאחדות פאר חסידי ומערצי סטאניסלאוו בארץ הקודש ויוצאי הישיבה, וואו די רבי וועט אפרעכטן דעם סידורו של שבת אין די קאבנא ישיבה אין ירושלים.















