top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות צרפת מיטגעלעבט ימי אורה ביים קורצן ביקר חיזוק פון הגאון הגדול ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע

  • sfbechatzros
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: לפני 4 דקות

זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

די היימישע אידנטום אין פראנקרייך האט מיטגעלעבט ימי אורה וחיזוק, בצילו פון מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ממנהיגי עולם התורה, וועלכער איז געקומען צו פארן אויף א דריי טאג'יגע "מסע חיזוק" און אריינגעבלאזן א גייסט פון התחזקות און התחדשות אין די ארטיגע קהילות הקודש.


דער ראש הישיבה איז אנטפאנגען געווארן בכבוד הראוי אין די מוסדות התורה והחינוך מיט פאסיגע מעמדי קבלת פנים, אין אלע בתי חינוך ווי דער ראש הישיבה האט באזוכט, איז אפגעהאלטן געווארן גרויסארטיגע מעמדים ברוחבות העיר ווי מען האט מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול בשירה ובזמרה.


אין די טעג איידער די געהויבענע באזוך, זענען די תלמידים אין די מוסדות צוגעגרייט געווארן לקראת דעם ביקור כבוד, וויאזוי אפצוגעבן דעם ריכטיגן רעספעקט און כבוד התורה.


אין דער זעלבער צייט, זענען אויך געמאכט געווארן שווערע זיכערהייט אראנזשירונגען דורך די ארטיגע פאליציי, וועלכע האבן פארשפראכן צו נעמען אויף זיך די פולסטע מאס אחריות לקראת די מעמדים בחוצות פראנקרייך, כדי דער געהויבענע ביקור כבוד זאלן דורכגיין אין פולשטענדיגע זיכערהייט פאר די צענדליגער טויזנטער באטייליגטע.


דער ראש הישיבה שליט"א האט דערגרייכט פראנקרייך זונטאג מיטאג, ווי ער איז אפגעווארט געווארן אינעם לופטפעלד בכבוד הראוי דורך די רבני וראשי הקהילות אין צרפת, און פון דארט איז ער צוגעפארן צום בית האכסניא בבית הנגיד ר' פנחס כהן הי"ו.


נאך אין יענעם טאג זונטאג נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א אנגעקומען צום היסטארישן מעמד אפצייכענענדיג אכציג יאר זינט די התייסדות פון די עקסלעבען ישיבה אין פראנקרייך, בהשתתפת פון טויזענטער אידן אינאיינעם מיט די תלמידי ובוגרי הישיבה, דער ראש הישיבה האט אויפגעטרעטן מיטן משא המעמד, ווי ער האט צווישן זיינע ווערטער ארויסגעברענגט מיט שטארקע רייד איבער די חובת החינוך אז די בחורים זאלן לערנען בלויז אין ישיבות ווי מען לערנט לימודי קודש אן קיין תערובת פון לימודי חול, וואס דאס האט אריינגעגעבן א שטארקע גייסט פון חיזוק הדת פאר די בני יהדות צרפת.


זונטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת ישיבת סלאבאדקע, אינעם בית האכסניא בבית הנגיד ר' פנחס כהן הי"ו אין פאריז.


צומארגנס מאנטאג איבערן טאג האט דער ראש ישיבה אפגעראכטן עטליכע ביקורי חיזוק, צום ערשט אין די ישיבה פון קהלת "מרכז התורה" אין ראנסעי בראשות הגאון ר' יהודה טולידאנו שליט"א, ווי רבנן ותלמדיהון האבן מקבל געווען דעם ראש הישיבה מיט ספרי תורות אויף די גאסן, אפגעבענדיג די פאסיגע כבוד התורה.


דערנאך האט דער ראש הישיבה שליט"א אויפגעטרעטן פאר די הונדעטער בני הקהלה אין ראנסעי, און באזונדער אין די ישיבה קטנה פון "קהלת מרכת התורה ראנסעי" ווי ער האט איבערגעגעבן שטארקע דיבורים איבער חשיבות התורה און די וועג אנצוקומען צו אהבת התורה.


באזונדער איז פארגעקומען אין די ארטיגע קהלה א מעמד "שאלות ותשובות" ווי דער ראש הישיבה האט העכער א שעה צייט געענטפערט אויף פארצווייגטע פראגעס וואס איז אנגעפרעגט געווארן בהשקפת החיים. א התרגשות'דיגע מאמענט איז געווען ווען איינער פון די קינדער איז צוגעקומען צום ראש ישיבה און איבערגעגעבן קבלות טובות פון די ילדי הקהלה, כאות הקרה פארן מנהיג עולם הישיבות אויף זיין ביקור חיזוק בתוככי הקהלה.


פון דארט איז דער ראש הישיבה אנגעקומען צו נאך א רייכע באנקעט לטובת ישיבת סלאבאדקע, וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון איינע פון די נגידים און ראנסעי, און פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א אנגעקומען צום גרויסארטיגן מעמד פון קהלת "יד מרדכי" אין פאריז, בראשות הרב כץ, ווי די הונדערטער תלמידי המוסדות האבן מקבל פנים געווען דעם ראש ישיבה בשירה ובזמרה. דערנאך איז דער ראש ישיבה אריינגעקומען אין היכל בית המדרש און איבערגעגעבן א שיחת חיזוק מיוחדת פאר די אברכי הכולל און בחורי הישיבות, נאכן דרשה האבן די הונדערטער בני הקהלה ארויסבאגלייט דעם ראש הישיבה בחוצות העיר לכבודה של תורה.


אויפדערנאכט איז דער ראש הישיבה אנגעקומען אין ישיבת "אמת ליעקב" אין שפיץ פון הגאון רבי מרדכי ראטטענבערג שליט"א, ווי דער ראש הישיבה האט איבערגעגעבן א שיחה מיוחדת פאר די בחורי הישיבה.


דינסטאג אינדערפרי האט דער ראש הישיבה שליט"א געדאווענט תפלת שחרית אינעם בית הכנסת פון קהילת "בבא סאלי" אין פאריז, און נאך תפלת שחרית האט ער איבערגעגעבן קורצע דברי חיזוק פאר די מתפללים, דערויף איז דער ראש הישיבה אנגעקומען אויף א ביקור חיזוק אין קהילת "איגוד החרדים" בראשות הרב פראנקפורטער שליט"א, ווי די בני הקהלה האבן מקבל פנים געווען דעם ראש הישיבה בשירה ובזמרה.


פון דארט איז דער ראש הישיבה שליט"א צוגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ארה"ק. דערמיט איז געשלאסן געווארן די געהויבענע דריי טעג פונעם ביקור חיזוק וואס האט אריינגעבלאזן אומשאצבארע חיזוק והתחזקות פארן ארטיגן אידנטום, און וועט געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט למען יעמדו ימים למשמרת.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page